גריסן און שמועסן
זונטאג יולי 15, 2007 2:15 am
וווואאאעעעסססס???? ס'נאכנישט דא קיין מוצ"ש אשכול???? אנוועליבעבל... כ'קענעסניש גלייבן...
Advertisement
זונטאג יולי 15, 2007 3:58 pm
ניין, סינאכנישטא.
הכו"ח
הועד להצלת אשכולות משטרם נענו.
זונטאג יולי 15, 2007 4:45 pm
כ'מיין זאלסט טוישן דעם קעפל צו "א גוטע וואך"
זונטאג יולי 15, 2007 6:13 pm
נו, זאל זיין א גוטע וואך.
זונטאג יולי 15, 2007 11:20 pm
איין מינוט, כ'מיין פאר וועם האסטו דאס געעפנט? כ'מיין ווער איז דא מוצ"ש?
זונטאג יולי 15, 2007 11:31 pm
כ'מיין איך.
מאנטאג יולי 16, 2007 12:12 am
ביסט גערעכט, פאר דיר ברויך מען ווען עפענען א גאנצע קרעטשמע אויך.
מאנטאג יולי 16, 2007 7:37 am
כ'מיין איך אויך, אמאל אמאל.
זונטאג יולי 22, 2007 3:09 am
דער מוצ"ש אשכול איז מיר יעצט געקומען אין חלום, און געבעטן אז איך זאל אין איר נישט פארגעסן.
א גוטע וואך.
זונטאג אוגוסט 05, 2007 1:06 am
א גוטע וואך.
דזשאסט טו לעט יו גייס נאו, איך בין דאהי געווען, פרובירט צו ליינען וואס איך האב פארפאסט זינט מיטוואך אדער נאך פריער.
פול מיט האפענונג אז דער שנעלער פארבינדונג וועט זיך ווי שנעלער פארבינדן.
קרעמער
זונטאג אוגוסט 05, 2007 4:01 am
שכוח, צדיק'ל.
זונטאג אוגוסט 05, 2007 2:18 pm
אהה כאף אז דו האסט געליינט מיינע ארטיקלן....
שבת אוגוסט 11, 2007 11:50 pm
א גוטע און מזל'דיגע וואך פאר אייך און פאר אונז, צו צולייגן א גראם איז א היבשער קונץ.
זונטאג אוגוסט 12, 2007 12:36 am
א גוטע וואך,
א גראם צוצולייגן איז כלל נישט קיין שווערער יאך.
א מזל'דיגע וואך,
נאך א גראם? איך קען דיר געבן גענוג און נאך.
א וואך מיט רפואות,
לייג איך צו נאך א גראם אן קיין תנועות.
א וואך מיט ישועות,
צי איך ווייטער דעם שמועס.
א וואך מיט אסאך געלט!
דאס דארף שוין נישט גראמען ווייל פאר יעדן עס געפעלט.
זונטאג אוגוסט 12, 2007 1:25 am
גוטע וואך אידן יעצט היינט ווען מען האט פ' ראה געטאן ליינען, מוצאי שבת מברכים אלול די פיש אין וואסער טוען שוין ציטערן אין וויינען.
זונטאג אוגוסט 12, 2007 10:01 am
כ'האב געמאכט אן ארבעט א פיינע, און ס'איז צוגעקומען נאך אפאר גראמען שיינע.
זונטאג אוגוסט 12, 2007 1:26 pm
ווען איך וואלט געווען א פיש אין וואסער וואלט איך אויך געציטערט. שטעלט אייך פאר ווען מיר זענען אלע פישן. ס'קומט ר"ה, א באנדע זאטע אידן קומען און ווארפן אריין גרויסע גראבע פעקלעך עבירות, אלעס אויף אונזער קאפ ארויף... אונזער גאנצע וואסער ווערט פארפעסטיגט מיט די פאלושען... ס'נעמט זיך שטינקען פון די אלע עבירות... און יעדעס יאר ווען מ'מיינט אז דאס איז שוין דאס ערגסטע, ווערט מען געוואויר אז ס'פאראן ערגערס פון דעם אויך...
א רחמנות אויף די פיש!
זונטאג אוגוסט 12, 2007 6:08 pm
מאשקע האט געשריבן:
א רחמנות אויף די פיש!
אויך אויף די אשכול.
מאנטאג אוגוסט 13, 2007 12:18 am
א גוטע וואך, טאקע פארפאסט אזא אשכולץ
קרעמער, וואס איז שוין ווייטער מיט דיין קאנעקציע?
מאנטאג אוגוסט 13, 2007 1:01 am
בעל הבית האט געשריבן:גוטע וואך אידן יעצט היינט ווען מען האט פ' ראה געטאן ליינען, מוצאי שבת מברכים אלול די פיש אין וואסער טוען שוין ציטערן אין וויינען.
ציטערען יא אבער פארוואס עפעס וויינען אין בכלל ווער זאגט אז פיש קענען וויינען
שבת אוגוסט 18, 2007 10:08 pm
א גוטע וואך, א גוטע וואך, ויתן לכם מטל השמים, עטץ זאלטס האבן גענוג אז ס'זאל נאך בלייבן שריים.
שבת אוגוסט 18, 2007 10:40 pm
א גוטע באך.
שבת אוגוסט 18, 2007 11:04 pm
נאר פאר מאשקע;
א גוטע דזשאך
זונטאג אוגוסט 19, 2007 12:03 am
שכויאך.
זונטאג אוגוסט 19, 2007 2:50 am
א גוטע וואך, ברכות נאך און נאך.
וואונטש דער שוועמל, פאר דעם גאנצן געזעמל.