Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

דאנערשטאג מאי 22, 2014 8:02 pm

מחותן האט געשריבן:Wow פארפאסט די אשכול, מען האלט שוין ביי 11 בלעטער און ערשט יעצט באמערקט.

איך האב שוין נישט וואס צוצילייגען נאך די עלף בלעטער. אבער איין זאך איז מיר שווער.. פארוואס מען איז נאך נישט אויפגעקימען מיט א בעסערע אדייע ווי אזוי צי עסן א פאלאפעל? איך האב זייער ליעב א פיטא מיט פאלאפעל אבער ווען אימער איך געב נאר די ערשטע בייס אריין צרייסט זיך עס, און עס הייבט אן רינען פון אלע זייטען, און עס ווערט בושות..

איז דא איינער וואס עקספיריענס און עצה דערצו??

דאס איז איינע פון די גרעסטע פראבלעמען היינט!!

ווייל מען נעמט א פאלאפעל טו גאו!! אזוי אז עס ווערט דורכגעווייקט.

ווי אין די היסטאריע פון די וועלט האט מען שוין געהערט אזא אבסורד??? ווילסט פאלאפעל, עס געזונטערהייט! ווילסט גיין, גיי געזונטערהייט!! וואס ברויכסטו מיטן "פאלאפל" מיט "גאו"?? מיש נישט קיין פאליטיק, וועסטו נישט ווערן באגאסן!

ווי די גמ' זאגט "לך לך אמרין נזירא, סחור סחור לכרמא לא תקרב"!

"לך לך" ווילסט גיין? "אמרין נזירא", זאגט מען אים "שייד זיך אפ" כלומר גיי דיר דיין וועג! "סחור סחור" ווילסטו פאלאפל (סחור מלשון שחוק אלא דיברה תורה לשון נקיה) "לכרמא לא תקרב" ניטעמאל גיי נאנט צו "גיין" (כרמא, וויינגארטן, און א גארטן שפאנצירט מען)!

(יעצט נאכן טייטשען, טראכט איך אז די פשט איז "נישט ממש, באט יו געט דע פוינט)

Advertisement

דאנערשטאג מאי 22, 2014 8:11 pm

זאג, אפשר ענטפערסטו אויף די שאלות וואס מ'האט דיר געפרעגט אין אישי?

דאנערשטאג מאי 22, 2014 8:25 pm

איגנארירן ביטע.
אל תען...

דאנערשטאג מאי 22, 2014 8:26 pm

מאכט זיכער נישט אויסצימישען לכתחלה׳ס גאו, מיט על גאור, עס איז צוויי אנדערע זאכען, און דער צווייטער איז אויך כסדר מוחה קעגן צופיל וואסער.

לכתחלה. דיי טיישט אין די גמרא איז נאך אביסל שווער.. באט יו גוט ענעוועי.

דאנערשטאג מאי 22, 2014 8:28 pm

מחותן האט געשריבן:מאכט זיכער נישט אויסצימישען לכתחלה׳ס גאו, מיט על גאור, עס איז צוויי אנדערע זאכען און דער צווייטער איז אויך מוחה קעגען די רינעדיגע פליסעקייטען וואס טרעפט זיך בשפע.

לכתחלה. דיי טיישט אין די גמרא איז נאך אביסל שווער.. באט יו גוט ענעוועי.

לערן איבער צוויי דריי מאל, פרעג איבער שעם זיך נישט....

דאנערשטאג מאי 22, 2014 8:38 pm

דו קענסט מחותן אלס א ביישן? נעה...

דאנערשטאג מאי 22, 2014 9:25 pm

מחותן האט געשריבן:שיעור נישט פארגעסן.. ייש״כ אברהם פאר עפענענן די אשכול, אזוי עס איז דא ווי אויסצישמיעסן די וויכטיגע נושא פון פאלאפעל..

---
שנאפס האקט


וואס איז די מעשה מיט די פאלאפל?

דאנערשטאג מאי 22, 2014 9:28 pm

דאס איז דאך א שטיק גאונות די טייטש פון סחור סחור. דו האסט גע מוזט לערנען ביי ר׳ מאיר צוויבל...

דאנערשטאג מאי 22, 2014 9:51 pm

הו הא!
א נייער אשכול קוים באמערקט און סהאט שוין 13 עמודים מיט קאנטער אשכולות
כבין געווען זיכער אז מען האט אדער געטראפן דעם מאלאזיען פליגער אדער די מלחמה אין אוקריינע האט אויפגעפלאקערט נאכאמאל...

דאנערשטאג מאי 22, 2014 9:57 pm

פאטאקי08 האט געשריבן:הו הא!
א נייער אשכול קוים באמערקט און סהאט שוין 13 עמודים מיט קאנטער אשכולות
כבין געווען זיכער אז מען האט אדער געטראפן דעם מאלאזיען פליגער אדער די מלחמה אין אוקריינע האט אויפגעפלאקערט נאכאמאל...

חחח, כ'מיין אז זינט די פרעצעדנענטלאזע (כ'זאג עס גוט?) שריט פון די הנהלה קעגן געלעגער פארגאנגענעם אפריל איז נאך נישט געווען אזעלכע היציגע טעג ביי אונז אין קרעטשמע ווי איצטער....

דאנערשטאג מאי 22, 2014 10:00 pm

מילכיגער האט געשריבן:דאס איז דאך א שטיק גאונות די טייטש פון סחור סחור. דו האסט גע מוזט לערנען ביי ר׳ מאיר צוויבל...

חחח, טענקס.

דאנערשטאג מאי 22, 2014 11:17 pm

הפלא ולפלא, איז דאס א טייטש.... חחח.

פרייטאג מאי 23, 2014 12:33 am

מלכי איז סורפרייזד וואסערע שוטים מיר זענען ווען מיר וועלן נאר...

פון היינט ן' ווייטער העט איר וויסן אז פשוט'ע שאלות האבן נאך פשוט'ערע תירוצים...

פרייטאג מאי 23, 2014 12:47 am

דער אמת איז אז איך הייב נישט אהן צי פארשטיין וואס דער בן אברהם וויל,
ער איז דא מעורר צי זיין אז מען זאל נישט שרייבן אןיף אייוועלט?
אדער ער וויל זאגן אז איינמאל איינער האט אינטערנעט מיט א פילטער מעג ער שוין שרייבן ליינען כפירה און ג''ע?

פרייטאג מאי 23, 2014 12:55 am

למאי נ"מ:
לפלאפל עם סלט לח או יבש...

פרייטאג מאי 23, 2014 4:37 am

חחחח דער אשכול איז ווערט א מאטיאנטיק

זאלץוואסער כללי דעבאטע

פרייטאג מאי 23, 2014 8:41 am

איך וויל נאר קלארשטעלן פאר די וואס פרעגן מיך אן אין אישי:

מיין אשכול האט זיך כלל נישט באצויגן צו די שאלות פון מלקי, איך האב גאר שטארקע פרינציפן אין הלכות דעבאטע, מיין אשכול האט ווען געקענט דא געשריבן ווערן אן זיין קשי' בכלל, און איך בין נישט אויסן געווען מיט אים זיך צו פארהערן דא, און ווער עס פארשטייט נישט זאל איבערלייענען וועט שוין פארשטיין בעסער.

זאלץוואסער כללי דעבאטע:

1. איך טענה נאר ווען איך האב א פופציג פראצענט טשענס דער צד שכנגד זאל מודה זיין. (דהיינו אז ער איז באמת אינטערסירט צו וויסן)
2. איך דעבאטיר נאר מיט אידן וואס זענען נישט פארכאפט אין כפירה און מינות (ווייל אזוי זאגן אונז חז"ל)
3. איך דעבאטיר נישט ברבים מיט איינעם וואס איך וואלט אין ביהמ"ד נישט געשטאנען אין ווארט.
4. איך בין מודה צו א דעבאטע ווען איך ווער געוואויר אז איך האב זיך גענער'ט, אבער נישט ווען יענער שרייט העכער.
5. איך ענדיג א דעבאטע ווען יענער זאגט איבער די ערשטע טענה נאכאמאל און נאכאמאל מיט העכער און העכערע טענער.
6. איך ענטפער נישט צוריק ווילאנג איך באקום נישט א געהעריגע תשובה אויף וואס איך פרעג.
7. איך דעבאטיר נישט מיט איינעם וואס ווייסט אז איך ווייס אז ער ווייסט אז איך בין גערעכט, און ער טענה'ט נאר ווייל ער וויל אז איך זאל מיינען אז ער מיינט אנדערש.

פרייטאג מאי 23, 2014 8:47 am

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
7 גרינע פאר יעדע עקסטרע!

פרייטאג מאי 23, 2014 8:48 am

זאלץוואסער האט געשריבן:
1. איך טענה נאר ווען איך האב א פופציג פראצענט טשענס דער צד שכנגד זאל מודה זיין. (דהיינו אז ער איז באמת אינטערסירט צו וויסן)
2. איך דעבאטיר נאר מיט אידן וואס זענען נישט פארכאפט אין כפירה און מינות (ווייל אזוי זאגן אונז חז"ל)
[b]
3. איך דעבאטיר נישט ברבים מיט איינעם וואס איך וואלט אין ביהמ"ד נישט געשטאנען אין ווארט.
[/b]4. איך בין מודה צו א דעבאטע ווען איך ווער געוואויר אז איך האב זיך גענער'ט, אבער נישט ווען יענער שרייט העכער.
5. איך ענדיג א דעבאטע ווען יענער זאגט איבער די ערשטע טענה נאכאמאל און נאכאמאל מיט העכער און העכערע טענער.
6. איך ענטפער נישט צוריק ווילאנג איך באקום נישט א געהעריגע תשובה אויף וואס איך פרעג.
7. איך דעבאטיר נישט מיט איינעם וואס ווייסט אז איך ווייס אז ער ווייסט אז איך בין גערעכט, און ער טענה'ט נאר ווייל ער וויל אז איך זאל מיינען אז ער מיינט אנדערש.

ביסט אזוי גערעכט!!

נאך 4 תגובות שרייט ארויס די דורך געפוילטקייט!!

פרייטאג מאי 23, 2014 10:48 am

זייער שיינע כללים.

יעצט ביסטו גרייט צו דעבאטירן די כללים אויב זיי זענען ריכטיג?

פרייטאג מאי 23, 2014 5:51 pm

קרעפטיג האט געשריבן:
נערוועזער האט געשריבן:
מילכיגער האט געשריבן:איש מפי פיש. זאג דיין חבר ער זאל גיין קאפענען א דאכענע

נישט ממש אזוי, הינקעדיגע מענטשן קענען נישט אראפשלינגען אפגעברענטע קרעזי גלו.
בכלל ווען מ'בעט מיך צו כשר'ן אויפגעלאזטע אייסעס מיט א הייסע שלאף קאפעל שטעל איך אלץ אראפ מיין לינקע פיס אין פארדארבענע נעגל וואסער.

חחחחח.
האט זיך געלוינט די גאנצע אשכול נאר פארדעם.


;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

זונטאג מאי 25, 2014 12:57 am

ן' איבראהים איכה? וואו זענט איר, שנאפס האט פאר אייך א גאר גאר וויכטיגע שאלה,

זונטאג מאי 25, 2014 11:13 am

מע מאכט גוט חויזאק! !
סע זוי גוט!
אונז גייאן געווינאן!

זונטאג מאי 25, 2014 1:22 pm

אה העלא מיי פעלאו... האו'ז לייף טריעטינג יו?....

זונטאג מאי 25, 2014 1:59 pm

שטארק זיך האט געשריבן:אה העלא מיי פעלאו... האו'ז לייף טריעטינג יו?....



סארי טו דיסעפוינט יו, אבער דו גייסט נישט אזוי שנעל זעהן אן ענטפער... די ניק קעניש שרייבן מער צוליב טעכנישע סיבות...
שרייב א תגובה

Advertisement