Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

א פשוט'ע שאלה צו די שרייבער פון אייוועלט

מיטוואך מאי 21, 2014 8:09 pm

שלום עליכם.


איך האב שוין געליינט דא אויף "אייוועלט" היפש אביסל, אבער איך קען נישט גענוי די מנהגי המקום און תקנות — וועם מען לאזט יא, און וועם מען לאזט נישט שרייבן, איז איך האף אמת'דיג אז איך האלט מיר צו די תקנות המקום און איך פארלעץ חלילה נישט די געזעצן.

איך ווייס נישט צי מען וועט לאזן מיין אשכול אויפ'ן האריזאנט, אבער איך האף אז יא. איך האף אז מ'וועט קענען האבן א נארמאלער שמועס, ווי ערוואקסענע, קליגע, ציוויליזירטע מענטשן, און מען וועט מיר נישט פארשרייען אדער פארשווייגן. אויב וועט מען יא פארשפארן דעם אשכול, וועל איך צוריק גיין פון וואו איך קום, און שלום על ישראל.

פון וואו קום איך?

איך גלייב איר ווייסט שוין אליין די תשובה, אבער פאר די וואס ווייסן נישט, איז די תשובה: "קאווע שטיבל".

יא, איך בין א גרויסער שרייבער אויף ק"ש, און כ'בין זייער שטאלץ דערמיט. איך האלט אז יענער מקום איז א העכסט-בא'טעמ'טער פלאץ במלוא מובן המלא, און אן "ערליכער" סייט עז וועל. אבער נישט דערפאר קום איך דא. איך קום נישט אהער אויסלויבן יענער מקום, און זיכער זוך איך זיך נישט צו רייצן חלילה. איך בין זיכער, אז אויב אזויפיל הונדערטע מענטשן דרייען זיך, ליינען און שרייבן אויף "אייוועלט", איז עס אויך א בא'טעמ'טער פלאץ און א בית ועד לחכמים.

וואס יא? דא אויף "אייוועלט" רייסט מען אראפ ק"ש אויף א שרעקליכן פארנעם. מ'לייגט ארויף א נאסע ליילעך אויף אונז, ווי כאילו איך און מיינע פריינד דארט, זענען פאלנע אפיקורסים ה"י, און מ'מאלט אראפ ק"ש ווי אן ארט פאר שקצים און משכילים. איצט, איך ווייס נישט ווער פון אייך דרייט זיך דארט — אבער דער פאקט איז אינגאנצן אנדערש. "רובם ככולם" פון די שרייבער דארט, זענען עמך אידן פונקט ווי אייך דא, וואוילע און פיינע, גאטספארכיגע אידן. איך וויל מיר נישט גרויס האלטן, אבער אויך איך, אני הקטן, בין א פיינער אינגערמאן, וואס ארבעט שווער, לערנט אפאר שעה א טאג, דאווענט דריי מאל א טאג, און יא, האט אפילו א פילטער אויף די כלי וואס איך ניץ אצינד צו שרייבן.

גערעכט, ס'מאכט זיך אמאל אז איינער ציט אביסל איבער דעם שטריק און שרייבט א נישט אזוי אויסגעהאלטענע תגובה, אבער איך בין זיכער, אז דא זענען אויך דא מאנכע וואס שרייבן אמאל פראוואקטיוו. איך דריי מיר נישט דא גענוג אז כ'זאל ארויסהאבן די ניקס און טייטלן מיט'ן פינגער, אבער יעדער ווייסט דעם אמת אליין.

אבל לא משום זה באתי לרעות. איך וויל עפעס מער ווי דעם פארשטיין, און דערפאר האב איך געעפענט א ניק דא אויף "אייוועלט". מיין פראגע איז ווי פאלגענד: וויאזוי אין דער וועלט — גאט אין הימל — קענען מענטשן וואס זיצן טאג און נאכט אויפן "טריפה'נעם גע'אסר'טן" אינטערנעט, האבן די העזה צו שפילן פרום, זיך ווארפן אונטער'ן שלייער פון גאט'ס פאליציי, און אראפ רייסן אנדערע? ס'גייט מיר ממש נישט אריין אין קאפ.

ווען איינער האקט אין בית המדרש, קען איך הערן. אבער חברה וואס "פארלעצן בריש גלי די הראה פון די רבנים, און זיצן טאג איין טאג אויס אויף בלאגס און סייטס" פונקט זיי שפילן פרום?!

איך געדענק כ'האב אמאל געליינט דא אויף "אייוועלט" (דאכט זיך אין א תגובה פון איינעם "אנעים זמירות" וואס שפארט נישט קיין קריטיק אויף ק"ש בכל עת מצוא) אז דא דרייען זיך מענטשן "וואס האבן נישט קיין ברירה און מוזן זיין אויפ'ן אינטערנעט לצורך פרנסה".

וואס??? אינגערמאן, זאג, וועם פונקטליך פאפט איר? ממש אזוי, איר מוזט האבן "אייוועלט" לצורך פרנסה, אדרבה, לאמיך הערן, אפשר קען איך אויך ציען חיונה פון דא?! האט איר אינגאנצען פארלוירן אייער טאטש?!

נישט לאנג צוריק, איז ידידי @ברסלבער, וואס שרייבט לכל הדעות אויסגעהאלטן און זעלטן שיין, פארשריגן געווארן מיט כעס ווען ער האט געלייגט דעם מייסטערהאפטיגער אשכול "איך בין א מחוצף" דא אויף "אייוועלט".

פארוואס?
פארווען?
פארוואו?

איך קען מאריך זיין און קיינמאל נישט ענדיגן אבער די צייט ערלויבט נישט. איך וועל דא מסיים זיין פאר איצטער, און איך בעט אייך נאכאמאל, מיינט ליבע ברידער, ענטפערט מיט רעספעקט ווי עס פאסט פאר ערוואקסענע מענטשן. ביטע ענטפערט אויף מיין פראגע — היכי תמצא אז מענטשן וואס זענען ראשם רובם ושולחנם אינעם "טריפה'נעם" אינטערנעט, קענען מוסר'ן אנדערע אידן.

איך ווארט אויף א תירוץ.

Advertisement

מיטוואך מאי 21, 2014 8:15 pm

פרנסה ציט מען פון די ביזנעס אפטיילונג דא וואס האט שוין ארויסגעהאלפן אסאך ליינער

מיטוואך מאי 21, 2014 8:15 pm

פאר די שרייבסט ווייטער און טענה'סט דיך ביטע איבערליינעם דעם אשכול [מער צום סוף דירעקט] ווי רוב פון דיינע טענות זענען שוין אויסגעשמועסט געווארן:
זענען די בלאגס (היינטיגע משכילים) א סכנה פאר כלל ישראל?

מיטוואך מאי 21, 2014 8:16 pm

עליכם השלום. איין קליינע שאלה פאר מ'גייט ווייטער, וואס גייט זיין נאכן תירוץ?

מיטוואך מאי 21, 2014 8:17 pm

איך בין ארויף אויף קש געציילטע מאל אין דערנאך ארויף געלייגט אויף black list

מיטוואך מאי 21, 2014 8:18 pm

home האט געשריבן:איך בין ארויף אויף קש געציילטע מאל אין דערנאך ארויף געלייגט אויף black list

אי משום הא אינו ראיה. איך ווייס אידן פון דארט וואס האבן אייוועלט אויף זייער בלעק ליסט.

מיטוואך מאי 21, 2014 8:23 pm

די ווייסט טאקע אדער אבי ....
איך רעדט פין געבלאקט
לעצט פאראכטן דורך home אום מיטוואך מאי 21, 2014 8:24 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

מיטוואך מאי 21, 2014 8:24 pm

איך וועל דיר זאגן פשוט:

אין וועלעכע וואלסטו געלאזט דיין יונגעל ליינען...?

מיטוואך מאי 21, 2014 8:24 pm

home האט געשריבן:די ווייסט טאקע אדער אבי ....
איך רעדט פין געבלאקט

יא, נישט אבי

מיטוואך מאי 21, 2014 8:25 pm

ענדע צדיק! האט געשריבן:איך וועל דיר זאגן פשוט:

אין וועלעכע וואלסטו געלאזט דיין יונגעל ליינען...?

יונגל, קיין איינס. אינגערמאן ווענד זיך אסאך. נישט יעדער איז גלייך

מיטוואך מאי 21, 2014 8:26 pm

לדעתי איז מלכיאל א פסיכאלאגיע סטודענט וואס האט באקומען א ריסוירטש גרענט צו שטודירן די אייקיו פון די אייוועלט מעמבערס. ווער ס'מגיב דא איז דאס א סימן אויף נידריגע סחורה אין קאפ אדער אויף א הויכע טאלעראנץ צו בארינג און רעפעטיטיווע נושאים.

מלכיאל שיק מיר א אישי און איך וועל עפענען ניקס לויטן צורך פאר אייערע געברויכן. אשאד מצער צו זיין די תמימי לב וואס מיינען אז איר מיינט עס עהרנסט


.

מיטוואך מאי 21, 2014 8:28 pm

מילכיגער האט געשריבן:אשאד מצער צו זיין די תמימי לב וואס מיינען אז איר מיינט עס עהרנסט


קיינער האלט נישט אזוי!

קודם גייט זיין א פרייליכער אשכול (ביז...)

מיטוואך מאי 21, 2014 8:31 pm

מילכיגער! ;l;p-

מיטוואך מאי 21, 2014 8:31 pm

מלכיאל ן' אברהם האט געשריבן:קענען מענטשן וואס זיצן טאג און נאכט


וואס מיינסטו מיט דעם אז מען זיצט טאג-און-נאכט, מען ארבעט אינמיטען טאג און מפעם לפעם כאפט מען זיך אריבער אהער און מען פארברענגט אביסל מאך עס נישט ערגער

מלכיאל ן' אברהם האט געשריבן:"טריפה'נעם גע'אסר'טן" אינטערנעט,


וואס הייסט טריפה? איינער וואס זיצט דערויף אן א פילטער, איינער מיט א גוטע פילטער און ניצט עס לצורך הפרנסה און פאר אייוועלט, וואלט איך נישט באטיטלט מיט די ווערטער.

מלכיאל ן' אברהם האט געשריבן:האבן די העזה צו שפילן פרום, זיך ווארפן אונטער'ן שלייער פון גאט'ס פאליציי, און אראפ רייסן אנדערע? ס'גייט מיר ממש נישט אריין אין קאפ.


פארוואס שפילן פרום, ווען איינער ארבעט שווער על המחי' ועל הכלכלה און קומט זיך דא אויסבלאזן מעג ער מער נישט מוחה זיין ווען עפעס שטערט אים? ער ווערט אויס פרום?

מלכיאל ן' אברהם האט געשריבן:ווען איינער האקט אין בית המדרש, קען איך הערן. אבער חברה וואס "פארלעצן בריש גלי די הראה פון די רבנים, און זיצן טאג איין טאג אויס אויף בלאגס און סייטס" פונקט זיי שפילן פרום?!


פון דיינע ווערטער איז משמע אז דו רעדסט דא פונעם גאנצן ציבור יעדער וואס שרייבט אויף איי וועלט פארלעצט די הוראה פון רבנים? ווועלכע הוראה? און וואס מיינט שפולן פרום? וועלכע געים איז דאס?

מלכיאל ן' אברהם האט געשריבן:איך געדענק כ'האב אמאל געליינט דא אויף "אייוועלט" (דאכט זיך אין א תגובה פון איינעם "אנעים זמירות" וואס שפארט נישט קיין קריטיק אויף ק"ש בכל עת מצוא) אז דא דרייען זיך מענטשן "וואס האבן נישט קיין ברירה און מוזן זיין אויפ'ן אינטערנעט לצורך פרנסה".
וואס??? אינגערמאן, זאג, וועם פונקטליך פאפט איר? ממש אזוי, איר מוזט האבן "אייוועלט" לצורך פרנסה, אדרבה, לאמיך הערן, אפשר קען איך אויך ציען חיונה פון דא?! האט איר אינגאנצען פארלוירן אייער טאטש?!


ער שרייבט אז די יונגעלייט האבן אינטערנעט לצורך פרנסה, און די פרעגסט פארוואס ער דארף האבן איי וועלט לצורך פרנסה.

דער תירוץ איז ער דארף האבן אינטערנעט לצורך פרנסה און ווען ער האט אביסל ליידיגע צייט אנשטאט זיך ארומצודרייען און אנדערע ערטער אינעם געוועב קומט אהער דא אינעם הייליגן מקום.

מלכיאל ן' אברהם האט געשריבן:נישט לאנג צוריק, איז ידידי @ברסלבער, וואס שרייבט לכל הדעות אויסגעהאלטן און זעלטן שיין, פארשריגן געווארן מיט כעס ווען ער האט געלייגט דעם מייסטערהאפטיגער אשכול "איך בין א מחוצף" דא אויף "אייוועלט".

פארוואס?
פארווען?
פארוואו?


דאס פארשרייען האט נישט געהאט צוטון מיט ק"ש עס איז געווען מאנכע וואס האבן געזעהן א פגיעה אין אהרן הכהן - דאס האט גארנישט מיט דעם פון ווי ער קומט, און אדרבה רוב עולם האט יא הנאה געהאט פון זיין ארטיקעל, איך זאג נישט עס זענען געווען וואס האבן אויפגעברענגט זיין ק"ש אישו אבער קענסט נישט ברענגען א ראי' פון יחידים.
לעצט פאראכטן דורך מצב כללי אום מיטוואך מאי 21, 2014 8:43 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

מיטוואך מאי 21, 2014 8:33 pm

איך ווארט נאך אויף מיין ענטפער, אבער פאר די וואס ענטפערן יא פארן הערן וואס דאס וועט אויפטון וויל איך בעטן אז מ'זאל זיך האלטן קיל און צום טאפיק. נישט ווערן היציג..

לעטס אינדזשוי די מאמענט

מיטוואך מאי 21, 2014 8:33 pm

מלכיאל ן' אברהם האט געשריבן:---
איך געדענק כ'האב אמאל געליינט דא אויף "אייוועלט" (דאכט זיך אין א תגובה פון איינעם "אנעים זמירות" וואס שפארט נישט קיין קריטיק אויף ק"ש בכל עת מצוא) אז דא דרייען זיך מענטשן "וואס האבן נישט קיין ברירה און מוזן זיין אויפ'ן אינטערנעט לצורך פרנסה".

וואס??? אינגערמאן, זאג, וועם פונקטליך פאפט איר? ממש אזוי, איר מוזט האבן "אייוועלט" לצורך פרנסה, אדרבה, לאמיך הערן, אפשר קען איך אויך ציען חיונה פון דא?! האט איר אינגאנצען פארלוירן אייער טאטש?!

---

איך ווארט אויף א תירוץ.


מילכיגער האט געשריבן:לדעתי איז מלכיאל א פסיכאלאגיע סטודענט וואס האט באקומען א ריסוירטש גרענט צו שטודירן די אייקיו פון די אייוועלט מעמבערס.

.


איר מאכט זיכער פרנסה דא

מיטוואך מאי 21, 2014 8:34 pm

געלעגער האט געשריבן:לעטס אינדזשוי די מאמענט


חחח דעטס איקזעקטלי וואט איי דיד.

מיטוואך מאי 21, 2014 8:36 pm

והנה און נון האט געשריבן:פרנסה ציט מען פון די ביזנעס אפטיילונג דא וואס האט שוין ארויסגעהאלפן אסאך ליינער

מצטרף

דער ביזנעס פורום האט מיר שוין גאר אסאך ארויסגעהאלפן, איך ווייס פון א בעה"ב פון א גרויסע ביזנעס וואס האט אפן געלאזט אייוועלט אויפן פילטער נאר ווייל ער באקומט אסאך הילף דארט

מיטוואך מאי 21, 2014 8:37 pm

יבוא החי ויכחיש החי, איך האב יענס קיינמאל געשריבען.

צו פארשטיין דער פראבלעם פון ק"ש, קוק אין מיין חתימה.

מיטוואך מאי 21, 2014 8:37 pm

מלכיאל ן' אברהם האט געשריבן:
איך געדענק כ'האב אמאל געליינט דא אויף "אייוועלט" (דאכט זיך אין א תגובה פון איינעם "אנעים זמירות" וואס שפארט נישט קיין קריטיק אויף ק"ש בכל עת מצוא) אז דא דרייען זיך מענטשן "וואס האבן נישט קיין ברירה און מוזן זיין אויפ'ן אינטערנעט לצורך פרנסה".

וואס??? אינגערמאן, זאג, וועם פונקטליך פאפט איר? ממש אזוי, איר מוזט האבן "אייוועלט" לצורך פרנסה, אדרבה, לאמיך הערן, אפשר קען איך אויך ציען חיונה פון דא?! האט איר אינגאנצען פארלוירן אייער טאטש?!

איר האט וואשיינליך פארזען די איש את רעהו יעזורו פארום ווי אידן העלפן זיך ארויס טעגליך מיט סיי וועלכע הילף אין ביזנעס, גראפיקס, קוויקבוקס, עמעזאן וכדומה

מיטוואך מאי 21, 2014 8:38 pm

ווי קומט אזא צמצום צו א ברייטער פון דארט צו אינטערסירען וואס די נאאיווע אייוועלטער טראכטען איבער זיי?

מיטוואך מאי 21, 2014 8:39 pm

שנאפס האט געשריבן:
והנה און נון האט געשריבן:פרנסה ציט מען פון די ביזנעס אפטיילונג דא וואס האט שוין ארויסגעהאלפן אסאך ליינער

מצטרף

דער ביזנעס פורום האט מיר שוין גאר אסאך ארויסגעהאלפן, איך ווייס פון א בעה"ב פון א גרויסע ביזנעס וואס האט אפן געלאזט אייוועלט אויפן פילטער נאר ווייל ער באקומט אסאך הילף דארט

און אויך משומר פילטער וואס עפנט נישט קיין שום נייעס בלאג, עפנט אייוועלט פאר ווער עס בעט.

מיטוואך מאי 21, 2014 8:40 pm

כ'האב זייער ליב ווען מענטשן געבן אזא קויף אפ פאקטן אן דאס מינדעסטע קלער!

דא אויף אייוועלט איז א שטאלץ צו זיין א ק"ש שרייבער! האסט געטראפן עפעס איין שרייבער'ל וואס פיסקעוועט דערגעגן? נו מהיכי תיתי.

מיטוואך מאי 21, 2014 8:40 pm

אלעס ווערט שוין אויסגעשמועסט אין אנדערע אשכולות,
נאר אויף דיין שאלה איבער מאכן געלט פון דא, איך קען ענטפערן דערויף א גרויסן "יא", איך האב שוין געמאכט אסאאך געלט אדאנק די יעזורו אשכולות דאהי ב"ה.

מ'האקט..

מיטוואך מאי 21, 2014 8:45 pm

געלעגער האט געשריבן:איך ווארט נאך אויף מיין ענטפער, אבער פאר די וואס ענטפערן יא פארן הערן וואס דאס וועט אויפטון וויל איך בעטן אז מ'זאל זיך האלטן קיל און צום טאפיק. נישט ווערן היציג..

לעטס אינדזשוי די מאמענט

April fool??
שרייב א תגובה

Advertisement