גריסן און שמועסן
מיטוואך מאי 21, 2014 4:19 pm
די פארום האט - לדעתי - אביסל פארלוירען דאס גלאנץ און די ציל פארוואס מען האט עס געעפענט,
די פארום קעןווען זיין זייער אינטערסאנט זיך אויסציליפטערן אין שרייבען אביסל מער אויפן לייכטער'ן אויפן,
לעצטענס איז עס געווארען א געים פון אשכולות וואס זאגט נישט גארנישט, עס איז געווארען א דריי/פיר/פינף/לעצטע ווארט פארום, די זעלבע פיר פינף אשכולות וואס זאגען נישט גארנישט זענען כסדר אויבן.
גייטס אראפ 10 אשכולות וועט איר זען עס איז דא אסאך אינטערסאנטערע לייכטע נושאים און אשכולות פון וואס און ווי צו שרייבען.
לדעתי דארף די פארום אביסל מענטענעיס..
Advertisement
מיטוואך מאי 21, 2014 4:22 pm
די סארט טוישונגען פאסירן אליינס און יעדע שטיק צייט פאסירט א טויש, נישט עכט וואס צו טוהן,
אמאל איז אייוועלט בכלל געווען מער פארברענגערייען היינט איז עס מער נייעס, אפדעיטס, אויסשמועסן נושאים, יעזורו ועוד און נישט אזוי ווייט פאר סתם פארברענגערייען.
מיטוואך מאי 21, 2014 4:27 pm
פארדעם דרייען זיך דא ווייניגער ניקים, בעיקר די וואס האבן הנאה צו שרייבן 2-3 ווערטער תגובות.
מיטוואך מאי 21, 2014 4:38 pm
גראדע פראביר איך ארויף צו ברענגען די אלטע אשכולות אבער די עולם דא כאפט זיך נישט צו..
סערווירט מען וואס דער קאסטומער האט ליב
אדרבה מאכטס אן עקזעמפעל און לערנט אונז אויס...
מיטוואך מאי 21, 2014 4:43 pm
וגם אני. איך שרייב נאר און די אשכולות ווייל די זענען אויבן איז הכל רווח
מיטוואך מאי 21, 2014 5:59 pm
מחותן כ'געדענק ווען איך האב נאך געהאט צייט צו ליינען יענע אשכולות, איז עס גראדע געווען געשמאקע און תוכנ'דיגע תגובות, אפילו ס'איז נאר געווען אין די קליינע ווערטער אשכולות.
דאנערשטאג מאי 22, 2014 2:48 pm
איך מיין אז די סיבה איז ווייל פארברענגען קומט נישט ארויף אויף די
אקטיווע אשכולות
דאנערשטאג מאי 22, 2014 2:51 pm
איטס די אדער וועי אראונד.
פרייטאג מאי 23, 2014 8:46 am
סקוקט אויס אז דער אשכול גייט אויך באלד שטויביג ווערן..
דינסטאג יוני 10, 2014 2:57 pm
איך מיין אז די סיבה איז די נייע ניקס וואס קימען אריין און מאכען די זעלבע מיסטעק וואס איך האב געמאכט ווען איך האב מיך אויפגעסיינט.
מען וויל אריין קימען אין די זאך און ווערען פאפיאלער מיט א בונטש תגובה'ס, אבער זיי כאפען זיך נישט אז דאס ברענגט נאר אראפ די אימידש.
דאנערשטאג יוני 12, 2014 4:39 pm
כהאב נאר געווילט אז דער אשכול זאל זיין אויבן
דאנערשטאג יוני 12, 2014 4:44 pm
להגדיל שמו האט געשריבן:איך מיין אז די סיבה איז די נייע ניקס וואס קימען אריין און מאכען די זעלבע מיסטעק וואס איך האב געמאכט ווען איך האב מיך אויפגעסיינט.
מען וויל אריין קימען אין די זאך און ווערען פאפיאלער מיט א בונטש תגובה'ס, אבער זיי כאפען זיך נישט אז דאס ברענגט נאר אראפ די אימידש.
ווי לאנג נעמט דאס צו כאפן? איך קוק אויפן זייגער און ווארט ווען געוויסע וועלן דאס שוין כאפן
דאנערשטאג יוני 12, 2014 5:49 pm
געלעגער האט געשריבן:להגדיל שמו האט געשריבן:איך מיין אז די סיבה איז די נייע ניקס וואס קימען אריין און מאכען די זעלבע מיסטעק וואס איך האב געמאכט ווען איך האב מיך אויפגעסיינט.
מען וויל אריין קימען אין די זאך און ווערען פאפיאלער מיט א בונטש תגובה'ס, אבער זיי כאפען זיך נישט אז דאס ברענגט נאר אראפ די אימידש.
ווי לאנג נעמט דאס צו כאפן? איך קוק אויפן זייגער און ווארט ווען געוויסע וועלן דאס שוין כאפן
געלעגער געלעגער.
דאנערשטאג יוני 12, 2014 8:52 pm
געלעגער האט געשריבן:להגדיל שמו האט געשריבן:איך מיין אז די סיבה איז די נייע ניקס וואס קימען אריין און מאכען די זעלבע מיסטעק וואס איך האב געמאכט ווען איך האב מיך אויפגעסיינט.
מען וויל אריין קימען אין די זאך און ווערען פאפיאלער מיט א בונטש תגובה'ס, אבער זיי כאפען זיך נישט אז דאס ברענגט נאר אראפ די אימידש.
ווי לאנג נעמט דאס צו כאפן? איך קוק אויפן זייגער און ווארט ווען געוויסע וועלן דאס שוין כאפן
פארוואס קוקען אויפן זייגער, ס'איז דא חברה וואס געפינען זיך דאס פלאץ זייער גוט אין דעם פארום און אימעדזש גייט זיי אן ווי דער פאריעריגע שניי.