גריסן און שמועסן
זונטאג מאי 18, 2014 7:29 pm
דירות קריזיס:
וויפיל איז שוין געשריבן אין גערעדט געווארן אויף דעם הינזיכט שטעלט זיך טאקע דער פראגע וואס איז דער טיפער פראבלעם פארוואס פאר א טונקל יאר קענען זיך נישט אויפהייבן טאקע א גאנצע גרופע יונגעלייט (מיט אפשר גאר א עסקן בראש...) אין טאקע ארויסמופן פין דעם אזוי שווערן תפיסה וואס הייסט וויליאמסבורג
איך וויל ארויסברענגען א געוויסע פאוינט און דעם ענין וואס איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט איינער זאל עס צירירן אין איך ווייס נישט פארוואס
ווען מען גייט צו צי א יונגערמאן אין מען פרעגט אים פריוואט די שאלה ״פארוואס מופט ער נישט" קומט מען רובא דרובא צי צים זעלבן אלטן תירוץ אז פין זיין זייט האט ער האט שוין ממש איינגעפאקט די באקסעס אבער זיין ווייב זי איז דער וואס וויל נישט (פארשטייט זיך קודם וועט ער ארומדרייען נישט וועלענדיג עס זאל אויסקוקען אז נישט ער איז דער אויסשליסליכער "דיסישזען מעקער" ביי זיך אין הויז...)
אין די מענער דרייען זיך ארום אונטער אויפגעהויבענע אויגען ברעימען איו קענען דאס נישט פארשטיין בשום אין אופן וואס אזאנס גייט דא פאר? קענען טאקע די פרויען נישט פארלאזן די מאמעס פארטיך? זענען זיי טאקע אזאלכע אומבאהאלפענע וואקעלנדיגע באשעפענישען איינמאל מען נעמט אוועק דעם מאמע פאקטאר? שרייט דער יונגערמאן בשעת זיין פנים ווערט אים געהל ווי א וואקסינע ליכט פאר ווינדער
די תיריץ אויף דעם איז זייער פשוט, ווען מען רעדט פין ארויסמופן איז אייביג די רעדע אז א גרופע חבירים לאמיר זאגן א קבוצה יונגעלייט וועלכע האבן ציזאמען פארברענגט אין ישיבה אדער דאווענען אין איין שול וועלן זיך ציזאמען אויפהייבן אין זיך אריבערציען צי ווי עס זאל נאר זיין
לאמיר מאכן א פארקערטע מעשה עס נעמען זיך ציזאם א גרופע ווייבליך וועלכע האבן ציזאמען געלערעט אין סקול אין זיי ווילן ציזאמען ארויס מופן... איי וואס וועט זיין מיט די מענער זיי גייען דאך אריין אין א בלינדע זאך נישט וויסענדיג אויב זיי וועלן האבן א לעבעדיג באשעפעניש מיט וועם אויסציטוישען א ווארט אנדעם וואס ער זאל יענעם ווילן צישניידען אין ווארפן צי די פייגעל
אהה דעס איז נישט קיין פראבלעם די מענער וועלען וועלן מאכן נייע פרענדס... אזוי ווי אין די קאנטרי..
לאמיר דיך עפעס פרעגען: דיין ווייב איז עפעס דיין לולב האלטער וואס דארף זיך נאכשלעפען ווי א בהמה צי ווי די גייסט? כאילו זי איז גאר איינע פין די פעקלעך וועלכע מען נעמט מיט, צווישן דיין לאנדרי האלטער אין דיין טאשען זייגער איז אויך פארהאן א פרוי וועלכע דארף ווערן מיטגענומען?!!
אין דאס איז דאך וואס די פארלאנגסט פין דיין ווייב זי זאל אלעס איבערלאזן אירע פרענדס איר משפחה אין ארויסמופן מיט א ווילד פרעמדע קבוצה
אין פאקט איז גרינגער פאר א מאן צי מאכן נייע חבירים נעמענדיג אין באטראכט אז מיר האבן דאך "סאשעל קלאבס" וועלכע ווערן אנגערופן "שולן" (ליידער, אבער דאס איז דער פאקט) ווי מיר פארברענגען א שעה ביי מנחה אין 4 שעה ביי שחרית נישט אריין גערעכענט די מקוה פארן דאווענען
א מענטש איז זייער אנגעוויזען אויף סאשעלייזן ער דארף האבן באקאנטע צי עס זאל זיין חבירים אדער פאמיליע מיט וועם ער פארשטייט זיך אין מיט וועלכע ער זאל קענען פראקטעצירן זיין כח הדיבר, פונקט ווי די ווילסט נישט זיין דער וואס שטעלט איין צי טרעפן נייע געזעלשאפט פארלאנג דאס אויך נישט פין דיין פרוי
איז פונקט ווי ווען דיין ווייב קומט אהיים אז א גרופע פין אירע פאפא קלעסמעיטס מופן ארויס אין זי וויל מיטמופן וועסטו איר א בליק טאן ווי אויף א גייסטיש באגרעניצטן דאן פארשטיי אז ווען די פארציילסט וועגן א קבוצה פין קווינס ישיבה אין זי וויל נישט איז עס נישט מער ווי נארמאל
אין אויב די גלייבסט נישט אדרבה גיי אהיים פרעג דיין ווייב אויב זי וויל ווען ארויס מופן מיט א 30 פין אירע פרענדס וועסטו נישט הערן קיין איין ווארט וועגן איר מאמע פראביר עס אויס
אוודאי איז דאס נישט דער אויסשליסליכער פראבלעם אבער לדעתי העני איז דאס דער עיקר צוריק האלט אין אויב מען קען אויף א וועג סאלווען דעם פראבלעם דאן וועלן אלע קלענערע אישוס אוועקפאלן
Advertisement
זונטאג מאי 18, 2014 7:48 pm
זייער שיין צולייגט, אן אינטערסאנטע - ארויס פין די באקס - פוינט אף וויו, לאמיר טאקע הערן וואס דער עולם זאגט דערצו...
זונטאג מאי 18, 2014 7:50 pm
גוט געזאגט, א וויכטיגע נקודה למחשבה