Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

די פאטענטישע משוגעים פין וואס די מענטשהייט ליידט

מיטוואך מאי 14, 2014 7:54 pm

די ציפידעלטע בריונים פין AMAZON האבען "אויסגעטראפען" א נייע "פאטענט" וואס זיי האבען עס געפינען פאר מורא'דיג וויכטיג עס צי רעגיסטרירען מיט די יו-עס פאטענטיג אפיס,

דהיינו, "מאכען בילדער פין מענטשען אקעגען א ווייסען בעקראונד" וואס עמעזאן ניצט עס פאר זייער וועבסייטס, האבען זיי באשלאסען אז דאס איז גאר א פאטענטישע אויסטרעף וואס ברויך רעגיסטרירט ווערען צי מאכען זיכער אז קיינער וואגט זיך נישט צי "נאכמאכען" "זייער" "פאטענט",

אין אגב די "איין קליק קויפען" קנעפל אויף די עמעזאן וועבסייט איז אויך רעגיסטרירט אלץ א "פאטענט" וואס קיינער טאר חלילה נישט נאכמאכען ווייל זיי האבען עס ערשט רעגיסטרירט, חאטשיג ס'איז בכלל נישט מכרח אז זיי האבען עס אויסגעטראפען, אין בכלל אפילו דאס איז א משוגענע זאך אז מען קען מאכען א "פאטענט" דערויף,

יעצט אז אמעזאן זענען משוגעים, פיין, זענען זיי משוגע, אבער פארוואס שפילט די פאטענט אפיס מיט מיט זיי, דאס איז שוין א טראגי-קאמישע הייפער-משוגעים סינדראם, אין דאס ווייזט אז די איינגעשטעלטע אין רעגירונג אפיסעס זענען גאר ערענסטע קאנדידאטען אנציפילען די מענטעל אינסטעטוציעס,

לאור פין די מצב, האב איך באשלאסען צי ארויס נעמען א "פאטענט" אויף טאנצען מיט א רויטע סקיפינג רויב אויף איין פיס, אין פין דא גייט ארויס א ווארענונג אז טאמער איינער וועט זיך וואגען צי נאכמאכען מיין פאטענט אן א געשריבענעם רשות, קען ער ערווארטען צי ווערען אנגעקלאגט אין די אינטערנאציאנאלע געריכט פאר ביליאנען דאלארען, למען ישמעו ויראו,

אזוי אויך פלאן איך צי ארויס נעמען א פאטענט אויף טרינקען עפעל דזשוס מיט א שירעם אין די הענט, און די אויבען דערמאנטע ווארענונג גייט ארויף אויף דעם אויך,

עכ"פ דער וואס פיגערט אויס די חילוק צווישען א מענטעל האספיטאל און די יו-עס פאטענט אפיס, וואלט איך זיך געפרייט עס צי הערען,
לעצט פאראכטן דורך חזקיהו המלך אום מיטוואך מאי 14, 2014 10:01 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

Advertisement

מיטוואך מאי 14, 2014 8:06 pm

מיין שירעם האט זיך פארהאנקערט אין די רויטע סקיפינג רוב און די עפל דזשוס האט זיך אויסגעגאסן.. ביסט קרעיזי.

מיטוואך מאי 14, 2014 8:07 pm

כ'האב געמיינט אז עס קאנספירירט זיך א קאנספיראציע, ב"ה אז עס איז נאר דאס...

מיטוואך מאי 14, 2014 8:08 pm

וויאזוי ארבעט צו רעגעסטרירען א פאטענט. דארף מען באצאלען פאר די יו-עס פאטענט אפיס פאר דעם?

זונטאג מאי 18, 2014 10:17 pm

איך מיין זיי זאלן אנקלאגען די us government. שוין יארן וואס זיי מאכען פאספארט בילדער, און אינפרינדשען זייער פעטענט.

זונטאג מאי 18, 2014 11:47 pm

חזקי ;l;p- פיר מאל אויסגעפלאצט אינדערמיט...

זונטאג מאי 18, 2014 11:53 pm

יוש, האביך געלאכט...

מאנטאג מאי 19, 2014 12:49 pm

חזקי' פיין ;l;p-

מאנטאג מאי 19, 2014 12:50 pm

יאנקעלע קליגער האט געשריבן:חזקי' פיין ;l;p-
שרייב א תגובה

Advertisement