בלאט 1 פון 33
רעדן צו זיך אליין
פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 04, 2006 10:45 am
דורך יגרסהדותא
מ'דארף האבן א עקסטערן אשכול, דא וועט קיינער נישט שטערן דעם אנדערן, מ'וועט קענען שמועסן צו זיך אליין
מ'וועט זיך האלטן צו די תקנת וואס קרעמער האט אהערגעשטעלט אינעם אנדערן אשכול
קרעמער האט געשריבן:איך זעה אז קיינער איז נישט דא דערווייל, וועל איך אביסל רעדן צו זיך אליין (עס איז נישט אזוי שלעכט! פרובירט דאס אמאל! [אבער גיבט אכט: נישט צופיל... און נישט ווען אנדערע זעהן!]).
איך האב היינט צופרי אפגעשוירן מיין אינגעל, געמאכט גענוג שיף די פיאות אז אויך די רביצין תליט"א זאל זיין צופרידן.
פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 04, 2006 10:51 am
דורך סאכדעס
איך האב היינט נישט אפגעשוירן מיין אינגל.
פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 04, 2006 11:07 am
דורך יאנאש
איך האב נישט קיין אינגל.
פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 04, 2006 11:51 am
דורך יגרסהדותא
איך האב יעצט געמאכט א טעלעפאן קאל צו מיין ברודער, און גערעדט מיט אים 4 מינוט מיר 32 סעקונדעס
פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 04, 2006 12:03 pm
דורך קרעמער
איך האב היינט אינדערפרי בייגעוואוינט ווי א בחור'ל רעדט נעבעך (עכט) צו זיך אליין.
איך האב שוין אן אלטע חקירה וואס דער מענטש טראכט ביים רעדן, מיינט אז ער איינער הערט אים אויס? ענטפערט אים איינער צוריק אין מח?
ביי דעם בחור'ל האט אויסגעקוקט ווי ער ציהט א געשפרעך אויפן טעלעפאן, ממש אזוי, פראגעס און ענטפערס, רחמנא ליצלן.
פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 04, 2006 12:21 pm
דורך מעסטערמיינד
ס'איז דאך באוואוסט אז עס לוינט זיך אדורך צו רעדן מיט א קלוגען איד
פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 04, 2006 12:28 pm
דורך יגרסהדותא
ער האלט אינמיטן א שמועס, ביטע נישט שטערן.

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 04, 2006 1:04 pm
דורך סאכדעס
איצט אראפגעלייגט די טלפון מיט די הנהלה, זיי לאזן יא אראפ א הנחה אויף נאך 3 חדשים, דערויף מוז איך צאלן טאטע געלט.
פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 04, 2006 1:07 pm
דורך בןהרחמן
יגרסהדותא האט געשריבן:ער האלט אינמיטן א שמועס, ביטע נישט שטערן.

מיר קוקט אויס ווי ער האלט אינמיטן טרינקען מיטן שטרוי
פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 04, 2006 4:40 pm
דורך מעסטערמיינד
מיר אויך
+ ער קראצט זיך זיין בארדע
פארעפענטליכט: שבת אוגוסט 05, 2006 11:22 pm
דורך 3x0
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 06, 2006 1:26 pm
דורך יענטאאש
ס'איז ביי מיר קלאר, ברור כשמש אז איך בין גערעכט מיט דעם פונקט........ ניין ס'איז אנדערש ווי ביי די פאריגע חודש ווייל...... יא כ'פארשטיי וואס דו מיינסט צו זאגן אבער אז דו וועסט אריינטראכטן איין מינוט מיט א רואיגן שכל וועסטו אויך מוזן איינזעהן..... אקעי איך זע אז דו ביזט אין די גיסטע זיך צו טענה'ן און איך וועל דיך עס נאכגעבן.... אבער איך בעט דיך זאלסט מיך קודם אויסהערן פאר א מינוט נאכער וועמיר הערן דיין זייט, קעי?
הער אויס, אויב איך האב פאריגעס מאל באצאלט די גאנצע גראז שניידן, און מיינע קינדער האבן אויפגעקליענט דעם גארבעדזש הייזקע, דאן אפילו דו קענסט זאגן אז כ'האב עס געטון מרצוני הטוב, אבער ס'איז נאך אלץ קלאר אז אויב מאכט זיך עפעס אן עקספענס דעם חודש בין איך דער לעצטער עס צו באצאלן, פארשטייס'עך מיין? איי וועסטו זאגן לפנים משורת הדין, האלט איך נישט דערביי!!..... דעצאיט!...... שאקס ער האלט שוין ביי הויך שמונ'עשרה...... אה מעכיל איילט אים אונטער, אייביג יאגט ער...... עה למעשה דארפסטו דאך אויך אריינגיין ארבייטן...... אךך ס'שוין טאקע שפעט.... נאכער העט זי שוין נישט וועלן מאכן פרישטאג...... איך פארשטיי נאך טאקע נישט וואס זי האט מיך נישט געקענט איבערלאזן אביסל קעז אויף איינפאסטן.... א קשיא אויף איר.... אלעמאל מיט שיינדי'ן איז זי ביזי.... שיינדי דאס, שיינדי יענץ.... ס'א חילוק.... זי העט זיך שוין נישט טשעינדזשן עניוועי..... גראדע ער ווי הייסט ער?...... נו.... דער...... נא...... אה דער טויבער..... ער האט געזאגט גאנץ אן איטערעסאנטער פונקט וואס איך קען טרייען... ס'איז ווי געגאסן אויף איר.... ווען כ'העל האב געדולד העל איך עס אפשר טרייען..... אךך דער יעקער האט שוין געענדיגט די הויך שמונה עשרה אויך..... הו מ'זאגט תחנון היינט.... געגאנגען....
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 08, 2006 1:36 pm
דורך סאכדעס
קודם האב איך געוואלט פארהאלטן די אויבערשטע מגיבים, דא שרייבט מען נישט איינער צום אנדערן, יעדערער רעדט דא צו זיך אליין, הגם דאס אליין מעג איך נישט דא שרייבן/טייפן/קלאפן/זאגן/שרייען/קאמאנדעווען, מ'שטיינס געזאגט דא רעדט דאך יעדער צו זיך אליין, איז מאן יימר, אז די אויבערשטע שרייבערס/טייפערס/קלאפערס/זאגערס/שרייערס/קאמאנדעווערס האבן יא גערעדט צו עמיצין, כאלט נאך פאר'ן באשליסן צו איך זאל דאס דא ארויפשטעלן, אבער יו נאו וואט, יאך לייג עס נישט ארויף, זיכער האבן זיי גערעדט צו זיך אליין, און אויב וועל איך זיך באציען צו זייערע תגובות/הודעות, וועט דאך אויסקומען אז איך בין פארקראכן/פארפארן/פארגאנגען פונעם אשכול, סאו סיז בעסער אז איך רעדט נישט גארנישט.
איצט טראכט איך אזוי, יאך רעדט נישט מער צו דיר, דו ווילסט נאך וויסן פארוואס, כאילו דו ווייסט נישט, פארוואס איז נעכטן די סאפער נישט געווען רעדי אין צייט? הא? כ'קען נישט אזוי אנגיין מיט מיין סדר היום.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 08, 2006 2:07 pm
דורך גרויזאמער
אה, דאס איז א שיין שטיקל. איך בין סתם נייגעריג וויפיל ער גייט בעטן דערפאר.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 08, 2006 2:48 pm
דורך יאנאש
יו האב איך צוזאמגעלאכט היינט דא אין קרעטשמע.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 08, 2006 3:42 pm
דורך יאנאש
היינט זיץ מיר און פראנט פון מיין אפיס, איך פאררייכער א ציגאר, גייט ארורך א אינגערמאן וואס איך קען, רוף איך מיך אן צו אים האהא, זאגט ער מיר האהא איז גוט.
וואס אין די וועלט מיינט דאס?
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 08, 2006 4:03 pm
דורך איך_הער
האסט דאך דאס געקענט פרעגן דעם יונגערמאן זעלבסט ?
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 08, 2006 4:05 pm
דורך סאכדעס
נו איך הער צו וואס פרעגסטו אריין? יאנאש רעדט צו זיך אליין? חחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחח
כ'לאך צו מיר אליין, ווייל ווער האט דען קובע געווען אז איך הער רעדט נישט צו זיך אליין.
און איך אויך.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 08, 2006 4:13 pm
דורך איך_הער
יעצט טראכט איך אריין אז ס'קען גאר זיין אז סיי יאנאש און סיי דער יונגערמאן האבן גערעדט צו זיך אליין ,
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 08, 2006 5:16 pm
דורך פענסטער
מיר איז נאך קיינמאל נישט "ארורך" געגאנגן א אינגערמאן, פארוואס?
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 08, 2006 5:28 pm
דורך איך_הער
ווען איך קוק אזוי שטרענג , גייט מיר אויך קיינער נישט " ארורך " מ'גייט פלעין שנעל " אדורך " .
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 08, 2006 5:46 pm
דורך פענסטער
איך הער;

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 08, 2006 8:45 pm
דורך קרעמער
ביאור אויף די רייד פון יענעם אינגערמאן:
אויב מען קען לאכן (האחהאח) דאן איז גוט!
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 08, 2006 9:43 pm
דורך סאכדעס
כאב געטראכט עפעס צו אריינלייגן אין דעם אשכול, אבער כאב זיך בארעכנט אז נישט.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 09, 2006 4:23 pm
דורך יאנאש
חחחחחחח חאחאחאחאחא דער סאכדעס איז אויף גרויסע צרות ער קען אין קרעטשמע נישט אריינקומען, און ער לאזט זיך איינרעדן אז דא איז יו"ט אינדערוואכן, ער איז אזוי ווילד אז ער מעקט אויס אלע לעצטיגע אינסטאלאציעס וואס ער האט אריינגעלייגט אין די לעצטע 2 וואכן, ווייל ער האט נישט קיין צייט אויסציפיגערן די פראבלעם, יו ער שעלט אין שימפט און איך לייג אים נאך צו זאלץ צו די וואונדן, כאכאכאכא איך שטיק מיך, ער שעלט, און איך לאך און לאך,
yanush: אוי וואסארא שיינע תגובות מיר האבן דא
דו קענסט נישט ליינען?
סאכדעס: יא יא דו רייצט זיך מיט מיר
הא?
סאכדעס: קודם ארויס דערמיט
נאכהער עלמיר זעהן
ביזדערווייל גארנישט
לאמירמאכן אפאר סקענס
כאכא בלייב דיר אינדעררויסן,