פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 20, 2014 10:13 am
msp האט געשריבן:א ווארעמע תפילה
[אבער דאס הייסט נישט גערעדט צו זיך אליין.....]
קומט אריין פאר א גלעזעלע שנאפס און א גוט ווארט
http://www.ivelt.com/forum/
msp האט געשריבן:א ווארעמע תפילה
[אבער דאס הייסט נישט גערעדט צו זיך אליין.....]
בנימין הלוי האט געשריבן:אויב דו ענטפערסט, האסטו פארפאסט צו איגנארירן
נשמה האט געשריבן:באשעפער איך בעט דיך העלף מיך אז איך זאל זיין אן ערליכער יוד. רבש"ע קענסט מיר דען נישט העלפן. ס'דא יודן וואס שטייען שוין פאר דיר מיט תפילה יארן יארן און דו העלפסט זיי נאך אלץ נישט. רבש"ע אם אמרתי כמו הנה דור בניך בגדתי...
ווילאנג נאך וועסטו אזוי לאזן יודן זיך בראטן אין יסורים און וועסט זיי נישט העלפן...
למה תישן ה' הקיצה אל תזנח לנצח...
איך זאג דיר. דו מיינסט אז דוד המלך האט נישט געוואוסט וואס ער זאגט... מיט יעדעס יאר לייגט זיך צו נאך פירושים צום תפלה לע י כי יעטוף ולפני ה' ישפוך שיחו... יסורים מיט פירושים געבויעט איינס אויפן צווייטן... רבש"ע גיב א קוק ווי מיר טרייען דיך צו דינען מיט וואס מיר קענען, איז דען דאס נישט גענוג זכותים.
דו רבש"ע קענסט דאך מאכן אזויפיל הפלא דיגע זאכן. דו האסט און דו מאכסט דאך יעדען מינוט אזוינע הפלא'דיגע זאכן, קענסטו אוודאי שיקן דיינע מלאכים אונז צו העלפן. וויפיל יודן שטייען און שרייען און שרייען און שרייען און נישט נאר האסט זיי נישט געהאלפן און נישט אנגענומען זייער געבעהט נאר זייער מצב איז געווארן ערגער ביז זיי זענען מיט יסורים אויסגעגאנגען און האבן זיי געלייקענט אין דיין עקזיסטענץ?. זענען יודן וואס האבן דאס געהערט אויפגעהערט צו זאגן 'שמע ישראל'?. רבש"ע מער ווי די ארדינערי ווייז פאר א יוד וואס גיסט אויס דיין הארץ פאר דיר און וויינט פאר דיר בדמעות שליש, ווייז איהם אז דו הערסט איהם אויס, ווייז אונז שוין דיין פנים, תברך את עמך באור פניך, רבש"ע מיט גאנצע קינצן דארף מען באווייזן אראפצוברענגן א שטיקעלע השפעה מן שמים און א פשוט'ע תפלה פון א יוד וואס בעט זיך ביי דיר אן א 'כוללים' זאל נישט האבן קיין שום השפעה, פארוואס באהאלסטו אזוי דיין פנים, יודן האבן שוין ניטאמאל כח צו קרעכצן, ועינינו מיחלות אליך, איך וויל נישט נאר די ישועה איך מיין אויך די אופן וויאזוי די ישועה זאל קומען צו מיר. איך וויל שפירן און נישט נאר איך נאר אזויפיל יודן ווילן דאס. פארוואס ווען דיין ישועה קומט שוין יא איז עס אזוי ווייניג, רבש"ע איך בין נישט גרייט אויף ווייניגער ווי א ישועה וואס איז פול אינגאנצן, הער צו די געוויין פון דיינע קינדער וואס דו האסט קונה געווען, לאז אונז נישט ווערן צוגעוואוינט צו פיין און ביטערע יסורים.
רבש"ע רבש"ע...
איך רעד דא בכלל נישט צו דיר נאר אין מיין נאמען, ס'דא זייער אסאך יודן וואס האבן שוין פשוט נישט קיין כח און מח אויסצדרוקן פאר דיר זייער ווייטאג און אנטוישונג, עד מתי עשנת בתפילת עמיך... און נאך אלץ האלטן מיר זיך צו דיין ריינעם אמונה. און מיט דעם אלעם וואס מיר ווערן צומאל קלאר 'נישט' געענטפערט, און מ'פארשטייט נישט פארוואס, דאך האלטן מיר זיך צו דיר. רבש"ע צו האסטו פארגעסן ווער אונז זעמיר? צו האסטו אונז צוגעשטעלט צו א צווייטע פאלק? צו געדענקסטו נישט וויאזוי דו האסט דיך באוויזן צו אונזערע אור עלטערן און צו זיי גערעדט און האסט אונז אזוי ליב געהאט טאקע וועגן אברהם יצחק יעקב, איז פארוואס באהאלסטו אזוי דיין פנים פון מיר. איך בין דען נישט קיין חלק פון דיין פאלק ישראל וואס דו האסט אויסגעוועהלט. יעדעם קענסטו העלפן און יעדעם העלפסטו טאקע מיט אזויפיל גוטע זאכן און פונקט מיך האסטו דען פארגעסן? און מיט דעם אלעם לאמער זיך נישט און מיר שרייען נאכאמאל און נאכאמאל צו דיר 'העלף' און מיר בעטן און בעטן.
אוי רבש"ע...
הער שוין צו אונזערע תפילות הער שוין צו מיינע תפילות בתוך שאר תפילות פון כלל ישראל... אסאך מער וויפיל איך האב יעצט גערעדט צו דיר דא וויל איך דיך נאך פארציילן רבש"ע. סך אסך מער. איך האב פאר דיר גאנצעטע מגילות צו זאגן און צו שרייען... איך וויל דיין ישועה זאל קומען. און איך וויל זעהן דיין ישועה. וויפיל מאל האמער געווארט און געווארט און געווארט און גארנישט דערווארטעט און וויאזוי קענסטו דן זיין אפילו א פשוט'ן יוד. קוק אויף יעדע צער'לע און עגמת נפש'ל, ס'זאל גארנישט זיין קליין חס ושלום אין דיינע אויגן... רבש"ע העלף מיט אור פניך... ווייז מיך אז דו האסט דיך וואוסענדיג געמאכט פון מיר... ביסט דאך דער עכטער גאט. דו ביסט נאר זייער פארשטעקט און באהאלטן. און דאס בעט איך... עד מתי עד מתי... קום שוין.. העלף... הער...
שפיר קאמרת 
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:אוי... כ'האף אז איך בין נישט אויף טייבעלע'ס שווארצע ליסטע.
viewtopic.php?p=902569#p902569