בלאט 32 פון 33
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 30, 2013 3:51 am
דורך msp
אמת
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 17, 2013 8:21 pm
דורך שמאטע
פארוואס איז די קאויטש קלעבעדיג??... אהה... זי האט מיך געזאגט אז די קינדער האבן געה אט אייזקריעם היינט... אהה..
ס'נאך דא אייס קריעם? פארוואס געדענק איך נישט?
המממ... וואס שמעק... ווא שמעקט דא? .. . אך! די נעיבאר האט שוין ווייטער ציגעברענט לעיבער מיט געריבענע בונדלעך.. איך מיז דערגיין וואס די משפחה האט מיט בונדלעך אין קאמען! יעדען טאג זעהט מען 3 4 בונדלעך זיך ארויסרייסען פון די טיר דארט.... חחחח... הוי זענען זיי פארמאכט... זיי לעבען אין א באקס...
העי, וואס איז פשט פון די "באקס" אויסדריק? כ'קיינמאל נישט געטראכט דערפון, זעהט אויס אז איך גיי שוין צי ליידיג.... אקעי, תכלית!, מ'דארף זיך נעמען אין די הענט אריין... אבער רעבוינוי שעלוילאם.... כ'פיט דאך נישט אין מיין הענט..... וויי וויי ... ס'עט זיין דא???
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 11, 2014 3:11 pm
דורך יאנקעלע קליגער
אך !!!!!!!!!
די גאנצע פעקל קוקיס האט זיך אויסגעגאסן אויפן פלאר
די פלאר איז געווארן שמיציג פון די קוקיס, און די קוקיס פון די פלאר
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 11, 2014 3:13 pm
דורך יונהלע
יעדע מאל די זעלבע זאך! ווען וועט זי זיך שוין דערלערנען? אקעי לאמיר זעהן וואס כ'קען טיען...
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 11, 2014 5:04 pm
דורך א גראם מיט טעם
סע מיר גוט!!!
ווער האט געלייגט די זופ דא ביים עק טיש?
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 12, 2014 12:17 pm
דורך יאנקעלע קליגער
וואס העט זיין מיט פרישטיג היינט
דער עולם עסט שוין מיטאג און יאך האלט נאך פאר פרישטאג
אקעי לאמיר זיך צויאגן ווייל ס'ווערט נאר שפעטער און באלד האלט מען שוין ביי נאכטמאל
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 12, 2014 12:21 pm
דורך נשמה
איך האב נישט קיין אהנונג טוט זיך דא.
צוויי בינען הערסט? וואס צוויי, דריי?
איך האב זיי ארויסגערוקט מיט גרויס חכמה.
נאך א מזל כ'האב נישט געכאפט קיין ציפ.
שוין. דער עיקר ס'האט זיל אויסגעלופטערט אביסל די שטוב.
בקיצור
זאגסטו אז מ'קען דא רעדן צו זיך אליין.
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 13, 2014 7:20 am
דורך msp
זאג נאר מנחם שלום, האסט נישט בעסערס וואס צו טוהן?
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 16, 2014 1:23 pm
דורך נשמה
קיינער הערט מיך נישט
איך דריי מיך דא אליין
אוי טאטע וואס וועט זיין
ןוען וועסטו העלפן יודישע קינדער
אויס זיסער באשעפער
ווייז אונז אז דו האסט אונז ליב
עורה למה תישן
ה' הקיצה אל תזנח לנצח
טאטע באשעפער טאטי
מיין טאטע מיין גאט
וואס דו ווייסט אלעס
העלף שוין כלל ישראל
העלף
טאטע, איך וויל זיין נאנט צו דיר
העלף מיך שוין...
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 18, 2014 3:42 am
דורך msp
התבודדות....
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 18, 2014 8:35 am
דורך פעפערקארן
וואס וועט זייט מיט דיר ווען וועסטו שוין אויפשטיין?
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 18, 2014 10:14 am
דורך נשמה
פעפערקארן שליט"א
איך האב געהערט דיין התבודדות, איך האב נישט געוואוסט אז דו ביסט אזא צדיק.
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 18, 2014 10:39 am
דורך פעפערקארן
און יעצט אז די ווייסט שוין איז וואס?
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 18, 2014 8:36 pm
דורך רבי הערשל
הרב פעפערקארן זייט נשמה האט דיר אנדעקט האלט שוין דער עולם פון דיר, ווען קומסטו אריין צום ל"ג בעומר טיש?? די חסידים ווארטן שוין.
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 18, 2014 9:21 pm
דורך פעפערקארן
קודם מאכט מען א הדלקה און נאכדעם קומט א טיש
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 19, 2014 7:41 am
דורך msp
מנחם שלו', ביזט שוין ווייטער דא?
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 19, 2014 1:59 pm
דורך נשמה
מנחם שלום יעצט בין איך דו
גאנץ באקוועם.
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 19, 2014 4:46 pm
דורך רבי הערשל
אוי בין איך גוט !!! זי האט טאקע געמיינט אז איך גיי אין כולל ??!!
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 19, 2014 5:51 pm
דורך א גראם מיט טעם
הע הע דו ווייסט נישט וואס זי זאגט ווען יא....
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 19, 2014 9:18 pm
דורך נשמה
באשעפער איך בעט דיך העלף מיך אז איך זאל זיין אן ערליכער יוד. רבש"ע קענסט מיר דען נישט העלפן. ס'דא יודן וואס שטייען שוין פאר דיר מיט תפילה יארן יארן און דו העלפסט זיי נאך אלץ נישט. רבש"ע אם אמרתי כמו הנה דור בניך בגדתי...
ווילאנג נאך וועסטו אזוי לאזן יודן זיך בראטן אין יסורים און וועסט זיי נישט העלפן...
למה תישן ה' הקיצה אל תזנח לנצח...
איך זאג דיר. דו מיינסט אז דוד המלך האט נישט געוואוסט וואס ער זאגט... מיט יעדעס יאר לייגט זיך צו נאך פירושים צום תפלה לע י כי יעטוף ולפני ה' ישפוך שיחו... יסורים מיט פירושים געבויעט איינס אויפן צווייטן... רבש"ע גיב א קוק ווי מיר טרייען דיך צו דינען מיט וואס מיר קענען, איז דען דאס נישט גענוג זכותים.
דו רבש"ע קענסט דאך מאכן אזויפיל הפלא דיגע זאכן. דו האסט און דו מאכסט דאך יעדען מינוט אזוינע הפלא'דיגע זאכן, קענסטו אוודאי שיקן דיינע מלאכים אונז צו העלפן. וויפיל יודן שטייען און שרייען און שרייען און שרייען און נישט נאר האסט זיי נישט געהאלפן און נישט אנגענומען זייער געבעהט נאר זייער מצב איז געווארן ערגער ביז זיי זענען מיט יסורים אויסגעגאנגען און האבן זיי געלייקענט אין דיין עקזיסטענץ?. זענען יודן וואס האבן דאס געהערט אויפגעהערט צו זאגן 'שמע ישראל'?. רבש"ע מער ווי די ארדינערי ווייז פאר א יוד וואס גיסט אויס דיין הארץ פאר דיר און וויינט פאר דיר בדמעות שליש, ווייז איהם אז דו הערסט איהם אויס, ווייז אונז שוין דיין פנים, תברך את עמך באור פניך, רבש"ע מיט גאנצע קינצן דארף מען באווייזן אראפצוברענגן א שטיקעלע השפעה מן שמים און א פשוט'ע תפלה פון א יוד וואס בעט זיך ביי דיר אן א 'כוללים' זאל נישט האבן קיין שום השפעה, פארוואס באהאלסטו אזוי דיין פנים, יודן האבן שוין ניטאמאל כח צו קרעכצן, ועינינו מיחלות אליך, איך וויל נישט נאר די ישועה איך מיין אויך די אופן וויאזוי די ישועה זאל קומען צו מיר. איך וויל שפירן און נישט נאר איך נאר אזויפיל יודן ווילן דאס. פארוואס ווען דיין ישועה קומט שוין יא איז עס אזוי ווייניג, רבש"ע איך בין נישט גרייט אויף ווייניגער ווי א ישועה וואס איז פול אינגאנצן, הער צו די געוויין פון דיינע קינדער וואס דו האסט קונה געווען, לאז אונז נישט ווערן צוגעוואוינט צו פיין און ביטערע יסורים.
רבש"ע רבש"ע...
איך רעד דא בכלל נישט צו דיר נאר אין מיין נאמען, ס'דא זייער אסאך יודן וואס האבן שוין פשוט נישט קיין כח און מח אויסצדרוקן פאר דיר זייער ווייטאג און אנטוישונג, עד מתי עשנת בתפילת עמיך... און נאך אלץ האלטן מיר זיך צו דיין ריינעם אמונה. און מיט דעם אלעם וואס מיר ווערן צומאל קלאר 'נישט' געענטפערט, און מ'פארשטייט נישט פארוואס, דאך האלטן מיר זיך צו דיר. רבש"ע צו האסטו פארגעסן ווער אונז זעמיר? צו האסטו אונז צוגעשטעלט צו א צווייטע פאלק? צו געדענקסטו נישט וויאזוי דו האסט דיך באוויזן צו אונזערע אור עלטערן און צו זיי גערעדט און האסט אונז אזוי ליב געהאט טאקע וועגן אברהם יצחק יעקב, איז פארוואס באהאלסטו אזוי דיין פנים פון מיר. איך בין דען נישט קיין חלק פון דיין פאלק ישראל וואס דו האסט אויסגעוועהלט. יעדעם קענסטו העלפן און יעדעם העלפסטו טאקע מיט אזויפיל גוטע זאכן און פונקט מיך האסטו דען פארגעסן? און מיט דעם אלעם לאמער זיך נישט און מיר שרייען נאכאמאל און נאכאמאל צו דיר 'העלף' און מיר בעטן און בעטן.
אוי רבש"ע...
הער שוין צו אונזערע תפילות הער שוין צו מיינע תפילות בתוך שאר תפילות פון כלל ישראל... אסאך מער וויפיל איך האב יעצט גערעדט צו דיר דא וויל איך דיך נאך פארציילן רבש"ע. סך אסך מער. איך האב פאר דיר גאנצעטע מגילות צו זאגן און צו שרייען... איך וויל דיין ישועה זאל קומען. און איך וויל זעהן דיין ישועה. וויפיל מאל האמער געווארט און געווארט און געווארט און גארנישט דערווארטעט און וויאזוי קענסטו דן זיין אפילו א פשוט'ן יוד. קוק אויף יעדע צער'לע און עגמת נפש'ל, ס'זאל גארנישט זיין קליין חס ושלום אין דיינע אויגן... רבש"ע העלף מיט אור פניך... ווייז מיך אז דו האסט דיך וואוסענדיג געמאכט פון מיר... ביסט דאך דער עכטער גאט. דו ביסט נאר זייער פארשטעקט און באהאלטן. און דאס בעט איך... עד מתי עד מתי... קום שוין.. העלף... הער...
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 19, 2014 9:29 pm
דורך א גראם מיט טעם
געוואלד!!!!
ער רעדט דאך, פין הארץ, מיט הארץ,צום הארץ
ס'רייסט ס'מאנט ס'דערהייבט ס'וויל זיך דערנעטערען אוי טאטע הער צו די רייד, שימו לב אל "הנשמה "
א נשמה לויטער און ריין
בעט זיך מיט געוויין
טאטע דו טוסט פארשטיין
זאג עם נישט ניין
ער מיינט נאר דיר אליין
קענסט דאך באשאפען א יש מאין
טו עם מחזק זיין
מיט די גאולה העתידה ונאמר אמן.
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 20, 2014 7:54 am
דורך msp
הייליגע דיבורים!
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 20, 2014 8:41 am
דורך מוזיקאליש
נשמה האט געשריבן:באשעפער איך בעט דיך העלף מיך אז איך זאל זיין אן ערליכער יוד. רבש"ע קענסט מיר דען נישט העלפן. ס'דא יודן וואס שטייען שוין פאר דיר מיט תפילה יארן יארן און דו העלפסט זיי נאך אלץ נישט. רבש"ע אם אמרתי כמו הנה דור בניך בגדתי...
ווילאנג נאך וועסטו אזוי לאזן יודן זיך בראטן אין יסורים און וועסט זיי נישט העלפן...
למה תישן ה' הקיצה אל תזנח לנצח...
איך זאג דיר. דו מיינסט אז דוד המלך האט נישט געוואוסט וואס ער זאגט... מיט יעדעס יאר לייגט זיך צו נאך פירושים צום תפלה לע י כי יעטוף ולפני ה' ישפוך שיחו... יסורים מיט פירושים געבויעט איינס אויפן צווייטן... רבש"ע גיב א קוק ווי מיר טרייען דיך צו דינען מיט וואס מיר קענען, איז דען דאס נישט גענוג זכותים.
דו רבש"ע קענסט דאך מאכן אזויפיל הפלא דיגע זאכן. דו האסט און דו מאכסט דאך יעדען מינוט אזוינע הפלא'דיגע זאכן, קענסטו אוודאי שיקן דיינע מלאכים אונז צו העלפן. וויפיל יודן שטייען און שרייען און שרייען און שרייען און נישט נאר האסט זיי נישט געהאלפן און נישט אנגענומען זייער געבעהט נאר זייער מצב איז געווארן ערגער ביז זיי זענען מיט יסורים אויסגעגאנגען און האבן זיי געלייקענט אין דיין עקזיסטענץ?. זענען יודן וואס האבן דאס געהערט אויפגעהערט צו זאגן 'שמע ישראל'?. רבש"ע מער ווי די ארדינערי ווייז פאר א יוד וואס גיסט אויס דיין הארץ פאר דיר און וויינט פאר דיר בדמעות שליש, ווייז איהם אז דו הערסט איהם אויס, ווייז אונז שוין דיין פנים, תברך את עמך באור פניך, רבש"ע מיט גאנצע קינצן דארף מען באווייזן אראפצוברענגן א שטיקעלע השפעה מן שמים און א פשוט'ע תפלה פון א יוד וואס בעט זיך ביי דיר אן א 'כוללים' זאל נישט האבן קיין שום השפעה, פארוואס באהאלסטו אזוי דיין פנים, יודן האבן שוין ניטאמאל כח צו קרעכצן, ועינינו מיחלות אליך, איך וויל נישט נאר די ישועה איך מיין אויך די אופן וויאזוי די ישועה זאל קומען צו מיר. איך וויל שפירן און נישט נאר איך נאר אזויפיל יודן ווילן דאס. פארוואס ווען דיין ישועה קומט שוין יא איז עס אזוי ווייניג, רבש"ע איך בין נישט גרייט אויף ווייניגער ווי א ישועה וואס איז פול אינגאנצן, הער צו די געוויין פון דיינע קינדער וואס דו האסט קונה געווען, לאז אונז נישט ווערן צוגעוואוינט צו פיין און ביטערע יסורים.
רבש"ע רבש"ע...
איך רעד דא בכלל נישט צו דיר נאר אין מיין נאמען, ס'דא זייער אסאך יודן וואס האבן שוין פשוט נישט קיין כח און מח אויסצדרוקן פאר דיר זייער ווייטאג און אנטוישונג, עד מתי עשנת בתפילת עמיך... און נאך אלץ האלטן מיר זיך צו דיין ריינעם אמונה. און מיט דעם אלעם וואס מיר ווערן צומאל קלאר 'נישט' געענטפערט, און מ'פארשטייט נישט פארוואס, דאך האלטן מיר זיך צו דיר. רבש"ע צו האסטו פארגעסן ווער אונז זעמיר? צו האסטו אונז צוגעשטעלט צו א צווייטע פאלק? צו געדענקסטו נישט וויאזוי דו האסט דיך באוויזן צו אונזערע אור עלטערן און צו זיי גערעדט און האסט אונז אזוי ליב געהאט טאקע וועגן אברהם יצחק יעקב, איז פארוואס באהאלסטו אזוי דיין פנים פון מיר. איך בין דען נישט קיין חלק פון דיין פאלק ישראל וואס דו האסט אויסגעוועהלט. יעדעם קענסטו העלפן און יעדעם העלפסטו טאקע מיט אזויפיל גוטע זאכן און פונקט מיך האסטו דען פארגעסן? און מיט דעם אלעם לאמער זיך נישט און מיר שרייען נאכאמאל און נאכאמאל צו דיר 'העלף' און מיר בעטן און בעטן.
אוי רבש"ע...
הער שוין צו אונזערע תפילות הער שוין צו מיינע תפילות בתוך שאר תפילות פון כלל ישראל... אסאך מער וויפיל איך האב יעצט גערעדט צו דיר דא וויל איך דיך נאך פארציילן רבש"ע. סך אסך מער. איך האב פאר דיר גאנצעטע מגילות צו זאגן און צו שרייען... איך וויל דיין ישועה זאל קומען. און איך וויל זעהן דיין ישועה. וויפיל מאל האמער געווארט און געווארט און געווארט און גארנישט דערווארטעט און וויאזוי קענסטו דן זיין אפילו א פשוט'ן יוד. קוק אויף יעדע צער'לע און עגמת נפש'ל, ס'זאל גארנישט זיין קליין חס ושלום אין דיינע אויגן... רבש"ע העלף מיט אור פניך... ווייז מיך אז דו האסט דיך וואוסענדיג געמאכט פון מיר... ביסט דאך דער עכטער גאט. דו ביסט נאר זייער פארשטעקט און באהאלטן. און דאס בעט איך... עד מתי עד מתי... קום שוין.. העלף... הער...
א גראם מיט טעם האט געשריבן:געוואלד!!!!
ער רעדט דאך, פין הארץ, מיט הארץ,צום הארץ
ס'רייסט ס'מאנט ס'דערהייבט ס'וויל זיך דערנעטערען אוי טאטע הער צו די רייד, שימו לב אל "הנשמה "
א נשמה לויטער און ריין
בעט זיך מיט געוויין
טאטע דו טוסט פארשטיין
זאג עם נישט ניין
ער מיינט נאר דיר אליין
קענסט דאך באשאפען א יש מאין
טו עם מחזק זיין
מיט די גאולה העתידה ונאמר אמן.
רובונו של עולם!!!
מ'שטעלט צאם אזעליכע צוויי און קוק וואס קומט ארויס !
געגועים ,צמעון, השתוקקות, א געפיל פין ריינקייט, העכערקייט,הייליגקייט
מי כעמך ישראל!!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 19, 2014 9:26 pm
דורך נשמה
ייליגערר באשעפער דו ווייסט דאךוויפילל כוחות איך האב אין דיין אריינגעלייגט.
איך בעט דיך גרויסער גאט העלף ס'זאל זיין גוט.
העלף ריבונו של עולם העלף
דו קענסט דאך אלעס. נו קענסטו מיך דאך אוודאי העלפן.
אוי רבש"ע העלף....
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 20, 2014 8:01 am
דורך msp
א ווארעמע תפילה
[אבער דאס הייסט נישט גערעדט צו זיך אליין.....]