בלאט 4 פון 33
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 04, 2006 8:18 am
דורך יאנאש
פארוואס מוז ער זיין אזא שלעכטער, פיין ער טוט מיר א טובה זאגט מיר אז עס איז דא פאר ביליג אין גאז סטאנציע, ווייס ער דאך אז ביז איך וועל מיך באכלעפטשענען וועט נעמען א וואך, זיי א גוטער לייג אויס דאס געלט און קויף אפאר שטיק, נאח פארוואס עפעס זאל יענער שעלטן, סארא חוצפה.
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 04, 2006 11:18 am
דורך יענטאאש
שוין, ווילט עטס נישט אנפירקלען היינט, איי איך עס פרישטאג און איך זיך וואס צו ליינען?....... משוגעים.
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 04, 2006 4:37 pm
דורך איך_הער
איך וויל שוין ענדליך אנפירקלען, האב איך נישט ווער ס'זאל ליינען, ווייל יענטאאש האט שוין מן הסתם געענדיגט פרישטיג.
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 04, 2006 4:40 pm
דורך 3x0
הא הא הא
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 04, 2006 4:43 pm
דורך איך_הער
אפס, איך האב נישט באמערקט אז דריי מאל גארנישט עסט יעצט פרישטיג.
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 05, 2006 12:11 pm
דורך ניק
איך פארשטיי נישט
ענק שעמען זיך נישט צו רעדן צו זיך אליין?
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 05, 2006 4:36 pm
דורך איך_הער
איך קען נישט פארשטיין דעם ניק, צו וועמען רעדט ער דא, זעט ער נישט אז דא רעדט מען נאר צו זיך אליין?
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 06, 2006 5:38 pm
דורך cano
כ'ווייס נישט וואס עס גייט פאר מיט יענעם אבער זיין וועקער זייגער קלינגט שוין אזוי צוויי דריי שעה אין קאפ אריין ס'איז נישט נארמאל כ'קען נישט אזוי ארבעטען ,
כ'טראכט צו איך זאל רופען די הצלה , קען זיין אז ער איז אנקאנטשעס
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 06, 2006 5:46 pm
דורך איך_הער
אינטערעסאנט, אז קנאי כאפט נישט אז דאס זעט ענדערש אויס ווי אן אויפגעהויבענע טעלעפאן, וואס לאזט נישט נאך זיינע פייפערייען.
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 11, 2006 1:38 pm
דורך איך_הער
די תגובה איז א המשך פון
דאנאכן באמערקן אז איך באקום נישט קיין תירוץ.
אזוי ווי איך זע אז מעסטער האט ארויסשפאצירט וועל איך ממשיך זיין מיט די מעשה.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 04, 2006 1:41 pm
דורך סאכדעס
סיווייטיגט מיר אביסל אויף יאנאש הלמאי? איך קום קריק און שוין וויל ער מיר ארויסדערזעהן? איך גיי איצט איבער אלע אשכולות, כ'בין נישט קיין בן יחיד מיט איין שורה'דיגע תגובות, איז וואס וויל ער אלזא פון מיר? איז דאס טאקען אזא קרענק? אז מ'זעהט דעם נאמען סאכדעס, דערמאנט מען זיך אז איין שורה'דיגע תגובה איז פארבידן? עניוועי זאלן אלע אידן האבן א גוט זיס ליכטיג יאר, אויב וועט דער עולם שטארק זיך בעטן אז איך זאל טאקע נישט שרייבן, כ'קען טאקען צוריק פארן אויף קראקא, כאף אז קיינער הערט זיך נישט צו צו מיין שמועס וואס איך רעדט צו מיר אליינ'ס, ווייל באלד ווארפט מען מיר ארויס פון דא אזש כ'על אפילו נישט קענען די וועג צוריק.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 04, 2006 5:06 pm
דורך איך_הער
אויב איז טאקע אמת דאס וואס סאכדעס רעדט אזוי צו זיך אליין איז עס זייער נישט שיין פון יאנאש, איך וועל אבער נישט אננעמען קיין לשון הרע, איך האף נאר אז סאכדעס וועט זיך נישט לאזן באליידיגן און נאכאמאל אנטרינען ווערן.
און נאך אזאך איז מיר אינטערעסאנט, וואס עפעס טוישט סאכדעס יעדע פאר מינוט זיין פיקטשער, ער וויל מ'זאל אים נישט דערקענען, איך דערמאן מיך פון ר' מיכעלע פון נתני' ער האט דערציילט, אז ער איז אנגעקומען אמאל צום עירפארט, האט ער נישט געוואלט אז זיי זאלן וויסן אז ער איז א איד, האט ער אויסגעדרייט זיין היט מיט די מאשני אויף די רעכטע זייט, אזוי וועלן זיי נישט כאפן אז ער איז א איד ווייל ביי אונז גייט מען דאך די מאשני אויף די לינקע זייט.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 04, 2006 9:49 pm
דורך קרעמער
איך האב אביסל אנדערש געהערט די ווערטל:
ער האט געמאכט עפעס קונצן ביים עירפארט, געשמוגעלט י"ב חלות וכדומה. האט אים איינער געפרעגט: איז דאס נישט קיין חילול השם ח"ו? האט ער ברוב מתיקותו געענטפערט (דאס קומט מיט א ספעציעלע ניגון הידוע ליודעים): איך האב זיי נישט אויסגעזאגט אז איך בין א איד
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 05, 2006 8:42 am
דורך 3x0
איך גלייב אז ביידע מעשות וואלטן געקענט זיין אמת.
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 22, 2006 4:12 pm
דורך יגרסהדותא
אז קיינער ליינט סייווי נישט מיין תגובה, לאמיך מיך דא אביסל אויסשמועסן.
זאט בין איך, ערלעדיגט 2 פון די זאכן וואס ליגן אויף מיין לוח.
איך דארף נאך אויפיקן חאוועלע'ס שיך (חאווועלע איז א סוגיא פאר זיך, והמבין יבין).
אויסרדעם איז אלעס ערלעדליגט, נו דעמאלטס צו וואס ווארט מען, משיח מעג שוין קומען
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 22, 2006 4:24 pm
דורך דארפסמאן
וואס מיינט חאוועלע'ס שיך
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 18, 2006 1:12 pm
דורך גרויזאמער
היינט בין איך מכובד געווארן מיט העלאה און הכנסה אין הייד פארק. שוין א לאנגע צייט וואס איך ווארט אויף דעם, נאכדעם וואס די גבאי האט מיר קלאר געמאכט אז פתיחה און הגבה גיי איך שוין נישט באקומען.
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 18, 2006 1:17 pm
דורך יגרסהדותא
היינט האב איך געמאכט א גרימאזען פאחקס בעת איך האב געזען ווי איינער שרייבט א תגובה אין א אשכול וואס ער האט מיר "געפלראחמעזסט" אז ער האט עס פיינט
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 18, 2006 2:59 pm
דורך סאכדעס
היינט האב איך געבעטן הילף פון גרויזאמער צו לייגן א בילד אין היידפארק.
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 19, 2006 10:17 am
דורך שוועמל
מארגן גיי איך בעטן הילף,
נישט פון גרויזאמער נאר פון איינעם אנדערש. און נישט צו לייגן א בילד נאר עפעס אנדערש
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 19, 2006 11:05 am
דורך סאכדעס
נעכטן און אייער נעכטן האב איך ליידער פארפאסט מיין טעגליכע שיעור, כאף אז היינט וועליך מיר נעמן אין די הענט אריין.
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 26, 2006 3:11 pm
דורך יאנאש
יענע וואך מיטוואך איז עס נישט געווען רעדי, סאו זאגט מיר דער געשעפטסמאן לייג צו צען דאללער אלס עקספרעס וועט עס זיין אויף דאנערשטיג, פרעג איך דעם וואס איך טוה די טובה פאר זאגט ער מיר נאבאדעי אזוי, היינט דינסטאג א וואך דערויף האט ער עס נאך ניטאמאל אויפגעפיקט, גיי פארשטיי.
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 26, 2006 4:24 pm
דורך סאכדעס
פארוואס האט ער מיר נישט געקענט זאגן בעפאר אז די אינשורענס איז אפגעלאפן? דער פאליס מאן האט מיר דאס געדארפט מודיע זיין?
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 26, 2006 4:29 pm
דורך מאשקע
פארוואס האט ער מיך אפגעשטעלט און געגעבן א טיקעט? רשע מרושע וואס ער איז. איך וועל אים ווייזן: מער וועל איך נישט ספידען אויף דעם ראוד! זאל ער וויסן!
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 29, 2007 10:45 am
דורך מאשקע
אז קיינער איז נישטא היינט, קען איך דאך רעדן צו מיר אליין, נישט אזוי?
יא, אוודאי אזוי. גאו אהעד מאשקע.
אקעי, איז אזוי. קודם כל, וואס טוט זיך?
אה, ב"ה, אלעס איז פיין.
אקעי, איך יאג מיך יעצט אביסל. נייס טאלקינג טו מי. זיי געזונט.