בלאט 3 פון 33
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 6:44 pm
דורך קרעמער
איך_הער האט געשריבן:איך הייב אן צו טראכטן אז קרעמער האלט נישט ביים מיט שפילן, וועל איך מוזן בלייבן שטיין ביי צוויי פאר די חמש מאות, לאמיך אבער קודם צוריק גיין און זען, צו ער האט געטוישט זיין מיינד.
יעצט כאפ איך שוין ווער עס שטייט אונטער אלע מיינע לעצטיגע קאמפליקאציעס מיטן אינטערנעט... דער איך_הער פרובירט אונטערצושטעלן זיינע לאנגע פיסלעך אז איך זאל אים נישט קענען דעריאגן! און - די חוצפה איז - ביזדערווייל געלונגט עס אים, איך שטיי יעצט היבש אונטערשטעליג פון אים.... כולנו למערכה!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 11:04 pm
דורך איך_הער
פריער האב איך געלאכט א גוטס, איך קום אריין אונעם קרעטשמע, און איינער באהאלט זיך דא, נו, נישט קיין פראבלעם, איינער וויל גיין אויף יחידות, וואס קען מען טוהן, אבער ס'נעמט נישט קיין צוויי מינוט, אזוי ווי יענער באמערקט נאר אז איך בין דא, ער געט א שפרונג ארויס מיט א " האאאאא ", איך האב מיך אבער ב"ה נישט דערשראקן, ווייל איך בין פונקט געווען פארנומען ביי אן אנדער טישל, אבער אזויפיל האט ער אויפגעטוהן, אז איך האב געהערט עפעס רודערן, איך דריי מיך אויס און ס'איז נישט קיין צווייטער ווי, שוין איך וויל נישט זאגן ווייטער ס'איז אפשר אבק לשון הרע, דער עיקר אז נישט איינמאל גארנישט האט ער אויפגעטוהן נאר 'דריי מאל גארנישט'.
פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 25, 2006 12:57 am
דורך שוועמל
יוי, איך בין אזוי מיד אז כ'אב שוין נישט קיין כוח צו שלאפן.
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 27, 2006 10:03 pm
דורך איך_הער
איך טראכט אזוי צו מיר, לעצטענס האט שוועמל ערלעדיגט זיין מיקום, גידולו מן הארץ, איך האלט אז ער איז גרייזיג, ווייל איז דען די קשיא, פון ווי ער קומט, די קשיא איז ווי ער איז, און אויב גלייכט ער דאך עפעס פון די ארץ, ברויך ער צו לייגן אדער, על הארץ, על האדמה, בארץ, דאס איז מיין פריוואטע מיינונג.
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 27, 2006 10:09 pm
דורך בןהרחמן
איך מיין עס איז בעסער סתם "מן הארץ"
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 27, 2006 10:21 pm
דורך איך_הער
גראדע נישט שיין פון אים, איך האב אים גערופן צום אנדערן טישל, אבער וואו וואס ווען, איך קום אן דארט, און איך דריי מיך אויס, צו קוקן צו ער קומט מיך נאך, איז ער שוין נישט דא, טו בעד, אקעי איך מיין איך קען שוין גיין זייטס מיר געזונט.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 29, 2006 2:33 pm
דורך יאנאש
פארוואס מוז ער זיין אזוי צודרייט, פארקט -ווי א הינט ליינט זיך אן אויפן בוים- אויפן סיידוואלק.
יו חאחאחא ער האט געמוזט ארומגיין אינעם רעגן.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 29, 2006 2:43 pm
דורך מעסטערמיינד
איך טראכט צו מיר קען זיין ווייל עס איז נישטא קיין פארקינג ספעיס,
מעגליך ווייל יאנאש האט שוין ווייטער גאפארקט אויף צוויי פארקינג פלעצער
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 29, 2006 2:58 pm
דורך סאכדעס
איך רעד צו מיר אליין, אז מעסטער האט גערעדט נישט געטראכט צו זיך אליינ'ס.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 29, 2006 3:03 pm
דורך מעסטערמיינד
אזוי ליינענדיג דא טראכט איך מיך , הייסט אז טראכטן הויעך טאר מען שוין אויך נישט!
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 29, 2006 3:08 pm
דורך סאכדעס
איך רעד דא אזוי צו מיר אז מ'מעג טראכטן הויך.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 29, 2006 5:12 pm
דורך איך_הער
ס'איז אביסל אינטערעסאנט, פארוואס יאנאש האט געדארפט טראכטן דערפון הויעך, ס'איז דאך דא א טשענס אז יענער ליינט דא די תגובות, און ס'קען געשען צוויי זאכן, איינס, ער ווערט פארשעמט פאר זיך אליין אפילו קיינער ווייסט נישט אז ס'מיינט אים, און צווייטענס, קען ער דאך געוואר ווערן ווער יאנאש איז, ו הא הא יוכיח,
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 29, 2006 5:59 pm
דורך מעסטערמיינד
כ'טראכט אז דער יעניגער האט זיך נישט וואס צו שעמען, וואו כ'האב כ'האב שוין אויבן געטראכט.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 30, 2006 1:54 pm
דורך יאנאש
איך מיין וואס נאך קען איך טוהן, איך האב אים שוין געבעטן מער ווי איין מאל, די פארקינג איז געמאכט פאר די וואס באצאלן רענט, פינטל. האט ער נאך די חוצפה צו זאגן אז איך זאל בעטן שיין.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 30, 2006 2:10 pm
דורך איך_הער
איך קען נישט פארשטיין וואס יאנאש רעגט זיך אזוי, מעג דען נישט א קאסטומער קומען פארקן, ביי א פלאץ ווי דער צו וועם ער קומט צאלט רענט?
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 30, 2006 2:21 pm
דורך יאנאש
צו מיר אליין קען איך שוין אויך נישט רעדן?
ווען עס איז א געשעפט איז דא א קאסטומער, און ווען נישט, נישט.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 30, 2006 2:32 pm
דורך יענטאאש
חחחחחחחחחחחחח.............. כ'דערמאן מיך...... ס'איז געווען אמאל איינער וואס פלעגט האבן אפאר ניקס, פלעגט ער טון אזוי, מיט איינס געפרעגט און מיט די צווייטע געענטפערט......... חחחחחחחחחחח........
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 30, 2006 2:39 pm
דורך איך_הער
איך טראכט צו יענטאאש, האלט אז איך הער און יאנאש, זענען די זעלבע, אויב ס'וואלט געווען אזוי, גלייב איך אז דער יעניגער מיט די צוויי ניקים וואלט ווען ענדערש געשריבן מיט איינס אבי צו געווינען סאכדעס'ן,
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 30, 2006 4:23 pm
דורך cano
הפקר קונה
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2006 10:18 am
דורך יענטאאש
נעקסטיים זאל זי נישט רעדן צו די שוויגער דערוועגן. איצט מעג זי בלאזן........ כ'האב נאך אזויפיל רעכט.
העעעעעעעעעעעעי!!!!....... וואס הערסטו דיך אינטער וואס איך רעד?!!!....... דריי דיך נישט אוועק! איך רעד צו דיר!!!..... יא צו דיר!!!!.......
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2006 4:56 pm
דורך איך_הער
איך ווייס נישט פארוואס ער שרייט דא אן יענעם, דא רעדט מען נאר צו זיך, און BTW איך וואלט ווען אויך אויסגעהערט ווען איינער רעדט ווען צו זיך הויעך, ס'איז געווענליך אינטערעסאנט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2006 8:50 pm
דורך שוועמל
גידולו מן הארץ איז א לשון חז"ל. ולעולם יהא רגיל אדם על לשונו וכו'.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2006 9:03 pm
דורך שוועמל
... על לשונו וכו'... כידוע ליודעים
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 03, 2006 11:16 pm
דורך איך_הער
איך טראכט אזוי צו מיר אליינס, אז אויב ס'איז אמת אז קרעמער ווייסט ווער איך בין, ברויך ער מיך אויך זאגן ווער ער איז, ס'דארף גיין ביידע וועגן, הגם איך ווייס נישט אויב אין דעם אשכול מעג מען טראכטן צו זיך אליין, ס'איז נאר געמאכט צו רעדן, אקעי, איך זאג עס צו מיר אליין אז אויב ס'איז אמת אז קרעמער ווייסט ווער איך בין, ברויך ער מיך אויך זאגן ווער ער איז, ס'דארף גיין ביידע וועגן.
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 03, 2006 11:42 pm
דורך קרעמער
איך רעד צו מיר אליין: דאס איז מאראלישע דילעמא נומער 3...