בלאט 2 פון 33
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 09, 2006 4:28 pm
דורך יאנאש
?
וואסארא פראבלעמען האסטו מיט מסנ
סאכדעס: כ'פרוביר שוין נישט נאך אזעכע בזיונות
אה מסנ אויך צרות
yanush: חחחחחחחחחחחחחח
סאכדעס: יאהור
yanush: אלעס איז צרות
סאכדעס: אלעס איז טויט נאר גוגל ארבעט
yanush: איך שטיק מיך באמת
יו עךעךעךעךעך
וואס איז דאס מיט דיר?
סאכדעס: זאל איך זאגן ווער דערשטיקט?
וויליך נישט
yanush: דו האסט מיר געמאכט מיין וואך היינט
סאכדעס: ניאידאך גוט
yanush: יו בעט סיגוט
סאכדעס: סיגוט שמיגוט
אראון קער
אה יאהו איז יא דורך די גרעניץ
yanush: וואס וועט טאקע זיין תכלית וויזוי וועסטו זעהן די לעצטיגע הערליכע תגובות
אוי וויי דאס מיינט אז דו ביזט נענטער צום ישועה
סאכדעס: דו מיינסט טאקען כעל נעמן פערד און וואגן ווי אמאל כעל זיך דערשנאפן צו די קרעטשמע
yanush: אבער אלע וועגן זענען אפגעשפארט
סאכדעס: אראפ מיט די נייע טעכנעלאגיע
האלד אן
מיט פערד און וואגן קומט מען איבעראל אן
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 09, 2006 4:35 pm
דורך יאנאש
אה עס איז דא א שאנס צו דערכאפן דעם סאכדעס, קוקט אויס אז מען האט אים ארויסגעווארן פאר וואך.
נא לאמיר זיך נעמען צו די עבודה.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 09, 2006 5:30 pm
דורך סאכדעס
נו נו יאנאש'ל כעל זיך נאך אפרעכענען מיט דיין פעי טשעק די וואך. יאך טייל נישט קיין אומזיסטע געלטער, דו וועסט מיר נאך דראפן.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2006 11:36 am
דורך יז בתמוז
איך בין שוין לאנג נישט געווען אין קרעטשמע, איך ווייס נישט ווען מ'האט געפענט דעם אשכול, אבער איך האב באמת הנאה דערפון עס איז זייער א גוטע איידיע, דא דארף קיינער נישט פארענפערן פאר קיינעם וואס ער האט געוואלט וועמען ער האט געמיינט, איך טראכט אז מ'דארף עפענען אזא רעסטוראנט, יעדער זאל רעדן הויך צו זיך אליינ'ס.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2006 12:57 pm
דורך יענטאאש
כא כא, זיי חולומ'ן נישט אז איך בין דער וואס האט דאס געשריבן. ווען יא וואלטן זיי זיך געשעמט צו רעדן דערפון הויך לעבן מיר....
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 14, 2006 11:06 pm
דורך איך_הער
אקעי , לאמיר זען צו איך האב פון וואס צו רעדן , אה , עפעס איז מיר בייגעפאלן , נא , ס'איז נישט אינטערעסאנט , לאמיך טראכטן עפעס אנדערש , איך טראכט נאך אלץ , ( יעצט , נישט ווען עטץ גייטס עס ליינען ) אקעי איך וועל פלעין טראכטן הויעך א דזשאק וואס איך האב נישט לאנג צוריק געהערט , איי ס'באלאנגט נישט דא , נאר ביי די מילתא דיבדוחיתא , דארט ווייס איך אבער נישט אויב ס'איז ערלויבט צו רעדן צו זיך אליין , איי איך קען דארט טאקע שרייבן פארן עולם , איך האלט אבער נישט דערביי איך וויל יעצט רעדן צו מיר אליין , עניוועי , טו דע פוינט , אזוי ווי מ'האט אין אן אנדער אשכול ארויף געברענגט דעם ענין פון אשה כשרה , וועל איך רעדן פון דעם , ס'איז אמאל איינער ארויף אויף אן עראפלאן צו פארן צו די מרחקים , קומט צו צו אים איינער און זאגט אים פאר דיין טובה גיי שוין אראפ פונעם פליגער , יענער האט געטראכט , יא , ניין , ענדליך האט די שרעק גובר געווען , און ער איז אראפ , שפעטער הערט אז דער פליגער האט געקראכט , ער דאנקט דעם באשעפער אז ער האט אים געשענקט דאס לעבן אין פארעם פון דעם גוטן שליח , א פאר וואכן שפעטער ער זעצט זיך אריין אין א יעלאו קעב , ער וויל שוין אנפאנגען פארן , און נישט מער און נישט ווייניגער , דער זעלביגער שליח שרייט אים אריין דוירעכן ווינדאו , פאר דיין טובה פאר נישט מיט דעי טעקסי , יעצט טראכט ער שוין נישט קיין צוויי , און ער יאגט ארויס , און נאך פאר זיינע אויגן די טעקסי פארט אוועק און קראכט אריין און א וואנט קעגן איבער , ער שטוינט און קען זיך נישט איינהאלטן און ער פרעגט דעם שליח , ווער ביסטו ? זאגט ער אים איך בין א מלאך פון הימל געשטעלט דיך צו וואטשן , געט ער אים א פרעג , און ווי ביסטו געווען ווען איך האב חתונה געהאט ?
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 14, 2006 11:54 pm
דורך קרעמער
חכם איינער, דער מלאך איז געבוירן געווארן פון דעם גרויסן מצוה וואס ער האט געטאן און חתונה געהאט מיט די קיילעכיגע יתומה וואס האט נישט געהאט קיין גואל וקרוב און איז געווען קראנק אויף די נערוון וכו' וכו' וד"ל ודו"ק.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 15, 2006 10:58 am
דורך סאכדעס
קרעמער הערה בעלמא, דא רעדט יעדער צו זיך אליינ'ס, הגם דאס טאריך דיר אויך נישט זאגן דא. באט יו נאו...
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 15, 2006 12:03 pm
דורך איך_הער
איך רעד ( שרייב ) צו מיר אליין , און אויב סאכדעס וויל קען ער הערן , ( ליינען ) , לכאורה האט קרעמער גערעדט צו זיך אליין , והא ראיה , ווייל ער האט עס געשריבן כמעט א שעה נאך מיר , און איך בין שוין דעמאלטץ נישט דא געווען .
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2006 12:56 am
דורך שוועמל
אמאל אמאל מעג איך רעדן צו מיר אליינס אויך טאקע.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2006 10:44 am
דורך סאכדעס
פארוואס רוקסטו זיך נישט? הא? איך פאר שוין 10 מינוט אונטער דיר, כ'קען דיר נישט פעסן, אפשר פארסטו שנעלער, כ'אייל זיך אביסל.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2006 6:29 pm
דורך איך_הער
און יעצט אז איך האב שוין מער ווייניגער געענדיגט מגיב זיין , קען איך מיר שוין ערלויבן , א רעד צו טוהן צו מיר אליין , און זיך געבן א קלאפ אויף די פלייצע , סוף כל סוף האב איך מיך , מער ווייניגער אהער געשטעלט , און אלעס אנגע'איךהער'עדיגט .
פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 18, 2006 3:25 am
דורך שוועמל
זאל מען מאכן א "מסורת" קרעטשמע?
איך ווייס נישט אויב עס פעלט אויס אזוי וויכטיג, אבער איך שפיר אז עפעס מוז געטון ווערן אין קרעטשמע. ווייל וואס טוה איך אויב זשעי נעט באשליסט איין טאג צו בלאקן דעם סייט. נעה, נארישקייטן פארוואס עפעס זאלן זיי עס בלאקן.
א גוטע קשיא, די אמת איז איך ווייס אליינס נישט. פונקט ווי די סייט איז געבלאקט קענען זיי נאך בלאקן אונזער'ס אויכעט.
http://www.brownwoodprod.com/welcome.asp
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 23, 2006 1:52 pm
דורך פענסטער
מארגן מארגן נאר נישט הויטע, אזוי זאגן אלע פוילע לויטע.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 23, 2006 3:21 pm
דורך יז בתמוז
איך האב היינט פונקט געטראכט עפעס אפצולייגן אויף מארגן, אבער זענדיג פענסטער'ס תגובה מאך איך עס שוין איצט.
(נישט שרייבן די תגובה)
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 23, 2006 4:28 pm
דורך סאכדעס
איז אזוי פאר 250 טויזענט קען די דיעל דורכגיין, אבער הערזשע מיר צו, איך וויל אז אלע איבריגע פיעס זאלסטו צאלן, אוקיי?
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 23, 2006 5:38 pm
דורך קרעמער
פענסטער האט געשריבן:מארגן מארגן נאר נישט הויטע, אזוי זאגן אלע פוילע לויטע.
דאס באלאנגט אינעם אשכול פון ציטאטן (קוואוטס בלעז)
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 23, 2006 5:57 pm
דורך פענסטער
אדער דא, אויב מ'וויל רעדן צו זיך אליין.
(אפשר גאר האסטו יעצט אויך גערעדט צו דיר אליין, ווער ווייסט..)
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 23, 2006 6:17 pm
דורך פענסטער
איך הער איז עפעס היינט נישט אנגעקומען צום שיעור..., איז נישט!
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 23, 2006 6:43 pm
דורך פענסטער
איין מינוט, איך האב מיך יעצט דערמאנט אז מארגן וועל איך נישט קענען אנקומען צו דיר, העמיר מוזען אפשטיפען די מיטונג אויף א צווייט מאל, אקעי?
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 23, 2006 10:57 pm
דורך איך_הער
איך הייב אן צו טראכטן אז קרעמער האלט נישט ביים מיט שפילן, וועל איך מוזן בלייבן שטיין ביי צוויי פאר די חמש מאות, לאמיך אבער קודם צוריק גיין און זען, צו ער האט געטוישט זיין מיינד.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 23, 2006 11:04 pm
דורך איך_הער
הערשט יעצט פאלט מיר ביי, אז אפשר האלט קרעמער אונמיטן קוקן די הודעות מאז ביקורי האחרון, ממילא באמערקט ער אפילו נישט אז איך רעד צו אים, וועל איך אים דן זיין לכף זכות, אבער זיין העלפ פעלט מיר שוין מילא נישט אויס, איך בין פארטיג פאר היינט, א גוטע נאכט. ( האלא, יא איך קום שוין, איך בין שוין אויפן וועג איך בין אינדערהיים ביז עטליכע מינוט, יא, יא, זיי געזונט, סי יו אי"ה, ביי.)
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 23, 2006 11:27 pm
דורך שוועמל
למעשה האט מיר קרעמער גוט צוריקגעענטפערט. זאל איך אים צוריקזאגן עפעס? איך האב נישט וואס
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 11:52 am
דורך יז בתמוז
ס'איז זייער געשמאק צו הערן וויאזוי דער עולם רעדט צו זיך אליינ'ס.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 3:18 pm
דורך סאכדעס
איך פיל פאר א פליכט צו עסן א נארהאפטיג מזונות'ל אויף די באפעל פון קרעמער.