Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

מאנטאג ינואר 29, 2007 11:54 pm

קרעמער האט געשריבן:לחכאתלהי (איך האב געלאכט) מזה

כמאמר הכתוב: עתה ילחכ"ו הקהל. וויאזוי? כלחו"ך השור...
לעצט פאראכטן דורך מאשקע אום מאנטאג ינואר 29, 2007 11:57 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

Advertisement

מאנטאג ינואר 29, 2007 11:55 pm

קרעמער, האסט אויסגעלאזט כי תשא. פארוואס?

דינסטאג ינואר 30, 2007 12:32 am

אזוי שטייט עס אין די פוסקים (זארעך; צייכן אן א מראה מקום ביטע)

דינסטאג ינואר 30, 2007 1:25 pm

מיין פלא גייט נאך אלץ נישט אוועק, איך שטיי דא און איך וויל רעדן צו מיר אליינ'ס, און פלוצים בא.... קרעמער שרייעט עפעס צו זארעכ... דערויף א גאנצע שמועס פון קרעמער אין מאשקע, אפשר בין איך אינעם נישט גוטן שטיבל? נעכטן האביך שוין געהאט דעם זעלבן פראבלעם, און היינט עודך, קען זיין אז כ'קען נישט געהעריג ליינען, אבער מיר דאכצאך אז אויפן שילד ביין טיר שטייט 'רעדן צו זיך אליין', קום איך דא אריין אביסל פאר מיינע נערווען, שששש.... פארציילט נישט קיינעם אז כאב, אה ענייוועי דא רעדט איך צו מיר אליין, קיינער הייסט דיר נישט אויסהערן.

דאנערשטאג פבואר 01, 2007 10:27 am

כאשוין לאנג נישט גערעדט צו זיך אליין.
באמת, גלייך איך נישט צו רעדן צו זיך אליין, אבער אז מ'מוז מוז מען און דאטס אלל.
יוי, ווען איך דערמאן מיך וואס איז געשען היינט אין מקוה, קומט מיר צו לאכן. איך האלט אזוי אינמיטן מאכן מיינע פיאות, און מיין קעמל - וואס האט שוין געזען בעסערע צייטן - האט זיך צעשאלפטן אויף צוויי. קוקט אויס אז מיינע האר איז געווען "די לעצטע שטרוי אויפ'ן רוקן פונעם קעמל"...
עניוועי, יא, בקיצור, איינס איז געפלויגן אראפ אויף דער ערד, און דאס צווייטע אריין אינעם בור, וואו עמיצער איז געשטאנען איינגעקורטשעט אין דרייען און זיך גע'טובל'ט אלף וחמש מאות טבילות.
איך האב מיך קודם דערשראקן צי עפעס האט נישט פאסירט, אבער למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט אז ס'איז געווען א גרויסע טובה, ווייל ווען נישט מיר, וואלט ער זיך נאך יעצט גע'טובל'ט!...
איי פארוואס פארצייל איך עס יעצט?
אה יא. ווייל איך זוך יעצט צו קויפן א גענוצטע קעמל אין א גוטע קאנדישאן...

מאנטאג פבואר 05, 2007 11:53 pm

בס"ד

חאטשיג די רעדסט צי זיך אליין האב איך זיך אינטער געהערט די האסט נישט באמערקט ווי איך שטיי אין בעק פין דיר אבער עניוועי

איך האב געטראפען אין מיין באבע'ס קלאזעט צוויי קעמלעך קענסט דיר אויסוועלען וואס געפעלט דיר קענס עס האבען בחינם
עטעטשמענטס
F0004229.jpg
F0004229.jpg (1.69 KiB) געזעהן געווארן 3167 מאל
200370276-001.jpg
200370276-001.jpg (5.71 KiB) געזעהן געווארן 3167 מאל
לעצט פאראכטן דורך גאליציאנער אום פרייטאג פבואר 09, 2007 2:13 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

פרייטאג פבואר 09, 2007 2:07 am

גאליציאנער: איך זעה נישט קיין איין בילד, איך מיין משטיינס געזאגט איך האב דאך נישט קיין קעמעל, אפשר מעג איך זיך אויך אויסוועהלען איינס,

פרייטאג פבואר 09, 2007 2:14 am

בס"ד

זעט זיך אויס אז מאשקע האט גענומען ביידע
איך האב אהין געלייגט נייע ניץ עס געזינטערהייט

פרייטאג פבואר 09, 2007 2:19 am

יישר כוח, אבער וואו אזוי נעם איך עס אראפ?

פרייטאג פבואר 09, 2007 2:34 am

בס"ד

פרעג מאשקע...

פרייטאג פבואר 09, 2007 2:55 am

קיי

מאשקע ווי אזוי נעם איך אראפ א קעמעל פין צוויי פאר די פריגע תגיבה?

פרייטאג פבואר 09, 2007 10:56 am

א_מין חוצפה, דא אין שטילן שטיבל, האבן זיך צוויי חברה געיאוועט צו רעדן צווישן זיך, כ'גיי רעדן מיט די הנהלה אז מ'זאל אדער זיי ארויסווארפן אדער זאל מען דעם שמועס אויסמעקן, נישט אלעמאל ווען איינער קומט אריין דא זאל ער דארפן הערן די קולות, אבער אינעמעסן ביניך דא אריין געקומען פאר עפעס אנדערש, פארוואס נאר? אה יא, ככאב געזעהן אז קנאי איז דא געווען, האביך געקלערט לאמיר זעהן וואס דא טוט זיך. שוין היינט העלמיר מוזן אהיימגיין עטוואס פריער, מ'מוז נאך גיין אין גראסערי, עה נישט גראסערי, נאר גראסעריי.

שוין לאמיר זיך גרוסן א גוט שבת.

פרייטאג פבואר 09, 2007 11:05 am

סאכדעס איז גערעכט, אז דא רעדט מען נישט איינער צום צווייטן. אבער, אז מ'רעדט שוין יא.. וויל איך דיר זאגן cano, דו קענסט עס מער נישט נעמען, ס'ליגט שוין אויף מיין סקרין ביי מיר אין אפיס. האסט פארשפעטיגט

פרייטאג פבואר 09, 2007 12:56 pm

איך האב מיך אזוי צוגעהערט דאס וואס יגר'ל האט גערעדט צו זיך, און איך האב מיך צושמייכלט.

מאנטאג פבואר 12, 2007 4:02 pm

איך ווייס נישט,דער עולם פאפט דא וואו אין הקדש...אלץ שרייבער טויג איך אויף חרוסת קיינער הערט עניוועי נישט...טא זאל איך אלעס אויסברעכן ??כעל זען,

מאנטאג פבואר 12, 2007 4:10 pm

איזאק האט געשריבן:איך ווייס נישט,דער עולם פאפט דא וואו אין הקדש...אלץ שרייבער טויג איך אויף חרוסת קיינער הערט עניוועי נישט...טא זאל איך אלעס אויסברעכן ??כעל זען,


וואס ווייסטו נישט?

ווער פאפט וועמען?

וואס איז דאס אן הקדש?

אלץ שרייבער טויגסטו אויף חרוסת? איז דאך דא א פשוט'ע עצה, ווער אויס שרייבער!

און אז קיינער הערט נישט מעגסטו שוין אלעס אויסברעכן? דער עולם קען דאך אבער נאך אלץ שמעקן...

וואס וועסטו זען? דאס אויסגעבראכענע ?

מאנטאג פבואר 12, 2007 4:22 pm

מעשיגע מעטארה, איך רעד צו מיר,און איינער ענטפערט!!

ער איז אבער גוט,

מאנטאג פבואר 12, 2007 4:39 pm

טאקען א מאדנע זאך, איזאק רעדט צו זיך אליינ'ס, און קרעמער פון די נעקסטע דאר קען זיך נישט איינהאלטן, ער מוז איהם זאגן כאב געהערט וואס דו האסט געזאגט.

דאנערשטאג פבואר 15, 2007 11:58 am

איך האב פשוט נישט קיין נערוון צו גארנישט היינט! אלעס איז מיט די לינקע פיס,די פרצוף האציך מיר היינט מאיזה סיבה נאך נישט אויפגעקלעבט פון שלאף,2 ציינער דושענען אין מיר אין קאפ אריין,
די גלעזער עקשנט זיך צו שטיין שיף,אלעס שטייט עפעס קרום און פארוואס פארא שווארצע
דזשעלי בינס גריסט מיר יעדער איינער מיט א שמייכל אויף די לעפצן?!,איך וויל נישט קיינעם זען היינט!! אוועק!!

דאנערשטאג פבואר 15, 2007 1:06 pm

און דערצו נאך האציך שניי דורך ערגעצ א לעכל אראנגעכאפט אין מיין שיך, און...שוין
איך סטאפ

דאנערשטאג פבואר 15, 2007 1:07 pm

קוק מיר גוט אן איזאק! לאמיר זען דיינע אויגן. אה, אקעי, בלייב שטיין א רגע, קענסט נישט קוקן אויף מיר גראד פאר איין קליינע מינוט'קעלע?

יו זעהסטו אויס גוט, א שאד איך האב נישט קיין קאמערע... כא כא כא, יואאאאאאא א שאד דער עולם זעט דיר נישט יעצט.

דאנערשטאג פבואר 15, 2007 1:23 pm

א פאני טאג היינט,איך האב יעצט אליין געהערט
איינעם לאכן מיט א כ"ף... כא כא!!

נישט צום גלייבן,חחחחח

דאנערשטאג פבואר 15, 2007 1:24 pm

זעהסטו. ס'האט זיך אלעס געלוינט, אבי ארויפצוברענגן א חחחחח אויף א איד'ס קיעבאורד.

דאנערשטאג פבואר 15, 2007 1:36 pm

און שוין ווידער. שוין כ'זאג גארנישט.

דאנערשטאג פבואר 15, 2007 4:18 pm

ס'באדערט מיר עכט, היינט זעמער געזעסן און פארברענגט אין ס'מעדרעש מיט דברים בטלים ממש.
שרייב א תגובה

Advertisement