בלאט 5 פון 33
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 29, 2007 10:51 am
דורך צייטליך
גראדע מאשקע, די שמועס האב איך געהערט,
האסט שוין פאר די זעלבע געלט געקאנט רעדן מיט מיר, נישט אזוי ?
*
כ'פלאן היינט צו עסן מילעכיג'ס פאר סאפער, אפשר יא פליישיג'ס, כ'ווייס נישט, כ'העל שוין זעהן שפעטער.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 29, 2007 10:53 am
דורך מאשקע
צייטליך האט געשריבן:כ'פלאן היינט צו עסן מילעכיג'ס פאר סאפער, אפשר יא פליישיג'ס, כ'ווייס נישט, כ'העל שוין זעהן שפעטער.
ווי גלייך ס'ווענדט זיך אין דיר... וואס די קעכערטע וועט דיר מאכן, דאס וועסטו עסן...
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 29, 2007 10:58 am
דורך צייטליך
מאשקע, די הערסט וואס כ'רעדט דא ?
כ'האב געמיינט אז כ'בין אליין דא יעצט,
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 29, 2007 11:06 am
דורך מאשקע
אזנים לכותל.
נאר פארוואס האסטו געמיינט אז מ'הערט נישט? מסתמא ווייל דו ביזט א סאטמארער, און האסט געטראכט אז איך וועל נישט גיין צום כותל און איך וועל נישט הערן וואס דו רעדסט...
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 29, 2007 11:06 am
דורך גאליציאנער
מאשקע האט געשריבן:אז קיינער איז נישטא היינט, קען איך דאך רעדן צו מיר אליין, נישט אזוי?
יא, אוודאי אזוי. גאו אהעד מאשקע.
אקעי, איז אזוי. קודם כל, וואס טוט זיך?
אה, ב"ה, אלעס איז פיין.
אקעי, איך יאג מיך יעצט אביסל. נייס טאלקינג טו מי. זיי געזונט.
ווי עס קוקט אויס ביסטו היינט אויפגעשטאנען אויף די רעכטע זייט
יעצט גיי גיס אויס דיין נעגעל וואסער אין זאג ברכת התורה
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 29, 2007 11:08 am
דורך מאשקע
גאליציאנער האט געשריבן:ווי עס קוקט אויס ביסטו היינט אויפגעשטאנען אויף די רעכטע זייט
מיינסט צו זאגן היינט, לאפוקי פון נעכטן?
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 29, 2007 11:14 am
דורך גאליציאנער
בס"ד
דאס האב איך נישט געזאגט
זעט זיך אויס, די האלסט מיינע ווערטער אזוי חשוב, אז די לערענסט ארויס זאכען דערפין ,עניוועי עס קוקט אויס אז די האסט, א גמרא קאפ
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 29, 2007 11:16 am
דורך מאשקע
ניין, איך האב א רעגולער קאפ, מיט אלע פיטשערס אזוי ווי א צווייטן.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 29, 2007 11:20 am
דורך גאליציאנער
בס"ד
עס איז נישטא אזא זאך רעגולער, יעדע מענטש איז אנדעש ,כשם שפרצופיהן שונות כך דעותיהן שונות
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 29, 2007 11:22 am
דורך מאשקע
כ'מיין צו זאגן, אז די גמרא איז נישט געקומען pre-installed אין מיין קאפ.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 29, 2007 11:30 am
דורך גאליציאנער
בס"ד
איך האב דאס אויך נישט געמיינט צי זאגען
איך האב געמיינט צי זאגען, אז מען זעט, אז די זיצט כסדר איבער די גמרא (דף היומי)
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 29, 2007 11:32 am
דורך מאשקע
ווען איך זיץ ווען איבער די גמרא "כסדר", וואלט איך דען געזיצן דא אין קרעטשמע?
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 29, 2007 1:15 pm
דורך מאשקע
שוין ווייטער דארף איך רעדן צו מיר אליין.
איך ווער דאך ממש משוגע דא, ס'נישט וואס צו טון. איך ווייס נישט פארוואס, אבער יעדער שלאפט היינט. פשוט מ'האלט נישט ביים שרייבן. איינער וואס וואס ס'גייט פאר?
ניין, מאשקע, איך ווייס נישט. איך מיין אז ס'איז גארנישט ספעציעל, ס'מאכט זיך אזוי פון צייט צו צייט.
אבער דו פארשטייסט נישט מאשקע, מ'קען דאך נישט אזוי אנהאלטן א קרעטשמע. כ'מיין, קרעטשמע מה תהא עלי'?
ליסען, מאשקע. דארפסט פארשטיין, נישט יעדער האט אזויפיל ליידיגע צייט ווי דיר. נישט יעדן טאג קען מען שרייבן.
איך פארשטיי, אבער פונקט אין די זעלבע טאג האט קיינער נישט קיין צייט? כ'מיין, מ'קען נישט איינטיילן למשל, היינט זאל איך נישט זיין עוועילעבל, מארגן דו, איבערמארגן א צווייטער? פארוואס דארף יעדער נעמען אורלויב אינעם זעלבן טאג?
מאך עס נישט אזוי שלעכט, מאשקע. נעם דיך שרייבן עפעס, וועט ווערן לעבעדיג.
אקעי, איך וועל פרובירן.
ביי.
ביי.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 29, 2007 1:41 pm
דורך גאליציאנער
בס"ד
מאשקע איך קען דיר יעצט נישט ענפערען מטעם הכמוס
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 29, 2007 1:43 pm
דורך מאשקע
גאליציאנער, איינער האט גערעדט צו דיר? כאדאך גערעדט צו מיר אליין.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 29, 2007 1:43 pm
דורך מאשקע
און אגב, וואס מיינט "מטעם הכמוס"?...
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 29, 2007 1:47 pm
דורך גאליציאנער
בס"ד
דער וואס ווייסט ,ווייסט
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 29, 2007 1:53 pm
דורך מאשקע
נו, ווער איז דער וואס ווייסט, איך אדער דו? הא?
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 29, 2007 2:25 pm
דורך מאשקע
וישכחהו איז ראשי תיבות: וועלכע יונגל שפילט קארטן חנוכה, היסט ווינטער.
סתם, כאמיך יעצט דערמאנט דערפון.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 29, 2007 2:30 pm
דורך צייטליך
כ'האב אמאל געהערט פון א גיטע איד אז, שובבי"ם איז ראשי תיבות,
ש'מות ו'ארא ב'א ב'שלח י'תרו ם'שפטים,
און נאך מער, שובבי"ם ת"ת איז די אותיות פון,
ש'מות ו'ארא ב'א ב'שלח י'תרו ם'שפטים ת'רומה ת'צוה.
ווינדערלעך, חשבנא דדין כחשבנה דידן.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 29, 2007 3:02 pm
דורך מאשקע
חחח צייטליך.
אה, כאניש באמערקט אז דו רעדסט צו זיך אליין.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 29, 2007 7:27 pm
דורך סאכדעס
סיז מיר אזא פלא, וואלט איך געווען ווען די שמועס וואלט זיך דא אנגהויבן ווירבלען וואלט איך זיי ארויסגעטריבן מיט מכות, ווערן קען די רשי, אילו היינו שם? דא איז דאך א פלאץ וואס יעדער רעדט צו זיך אליינ'ס, און דא א גאנצע שמועס צווישן עטליכע חברה, כאילו די אשכול איז געמאכט געווארן מזרחית וואטעווער? אבער איך זאג קלאר אז דא רעד איך נישט צו קיינעם, און קיינער זאל נישט זיך וואגן צו ענפערן, איי וועמען ווארנסטו? אבער אזוי רעדט איך צו מיר אליינן, נאך א פאני קארני זאך האביך געזעהן אז מאשקע קען נישט רעדן צו זיך נאר אויב ער מאכט א דו-שיח, ער מוז זיך פרעגן ואס הערט זיך, וכדו'.
אבער וואס ווער ווען? די אלטגעזעסענע פלעגן דא אזוי געשמאק רעדן, קיינער האט זיך נישט אריינגעמישט, קיינער האט קיינעם נישט דא גענפערט, העכסענס האט מען געפענט אן אשכול אדער ביין די טשילעך אויפגעמערקט אויף עפעס וואס מ'האט זיך דא אונטערגעהערט.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 29, 2007 8:11 pm
דורך מאשקע
נו, וואס ווייס איך וועגן די אלט-געזעסענע? איך בין דאך פון די יונג-געשטאנענע... איך בין נישט באקאנט וויאזוי מ'דארף זיך אויפפירן אין דעם אשכול...
(הגה: איך האב קיינעם נישט געענטפערט. סתם גערעדט צו זיך אליין, כנהוג).
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 29, 2007 11:51 pm
דורך קרעמער
מאשקע האט געשריבן:אזנים לכותל.
נאר פארוואס האסטו געמיינט אז מ'הערט נישט? מסתמא ווייל דו ביזט א סאטמארער, און האסט געטראכט אז איך וועל נישט גיין צום כותל און איך וועל נישט הערן וואס דו רעדסט...
לחכאתלהי (איך האב געלאכט) מזה
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 29, 2007 11:53 pm
דורך קרעמער
צייטליך האט געשריבן:כ'האב אמאל געהערט פון א גיטע איד אז, שובבי"ם איז ראשי תיבות,
ש'מות ו'ארא ב'א ב'שלח י'תרו ם'שפטים,
און נאך מער, שובבי"ם ת"ת איז די אותיות פון,
ש'מות ו'ארא ב'א ב'שלח י'תרו ם'שפטים ת'רומה ת'צוה.
ווינדערלעך, חשבנא דדין כחשבנה דידן.
האסטו אבער געוואוסט אז עס ווערט געברענגט א דעה איבער שובבי"ם תתו"ף? (שמות וארא בא בשלח יתרו משפטים תרומה תצוה ויקהל פקודי)