בלאט 1 פון 2

פעטיציע פאר נייע שטעטל פארום

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 13, 2014 2:26 pm
דורך משה יענקל
צום ערשטן געבן מיר אפ א דאנק פאר די הנהלה פארן ארויפארבעטן די סייט די לעצטע שטיק צייט מיטן עפענען נייע פארומס.

ווילן מיר בעטן עס איז דא איין טאפוק וואס פעלט אויס קריטיש וויכטיג א נייער פארום דאס איז שטעטלעך, אין יום שאין בו א פרישע אשכול פון א נייער שטעטל
עס וואקסט יעדן טאג ארויס א פרישע געגנט, דעבאטע, חלומות, בויך קרעמפען, אד"ג,
איז אלזא העכסט צייט שוין אפטיילען און מאכען א פרישע פארום דערפאר....

ווער איז און?

איין זאך קען מען זיכער זיין עס וועט נישט איינשלאפען,, יעדן טאג וועט אפיר קומען פרישע אשכולות.....

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 13, 2014 2:31 pm
דורך שנאפס
משה יענקל האט געשריבן:צום ערשטן געבן מיר אפ א דאנק פאר די הנהלה פארן ארויפארבעטן די סייט די לעצטע שטיק צייט מיטן עפענען נייע פארומס.

ווילן מיר בעטן עס איז דא איין טאפוק וואס פעלט אויס קריטיש וויכטיג א נייער פארום דאס איז שטעטלעך, אין יום שאין בו א פרישע אשכול פון א נייער שטעטל
עס וואקסט יעדן טאג ארויס א פרישע געגנט, דעבאטע, חלומות, בויך קרעמפען, אד"ג,
איז אלזא העכסט צייט שוין אפטיילען און מאכען א פרישע פארום דערפאר....

ווער איז און?

איין זאך קען מען זיכער זיין עס וועט נישט איינשלאפען,, יעדן טאג וועט אפיר קומען פרישע אשכולות.....


חחח

קריטיש וויכטיג דארף מען דירות

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 13, 2014 2:31 pm
דורך בנימין הלוי
אויב אן א ספעציעלער פליגל, וואקסן שטעטעלעך ווי אויף הייוון... קענט איר זיך פארשטעלן וואס דא גייט קומען מיט א פארום מיוחד?

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 13, 2014 3:31 pm
דורך יונהלע
אהה!!! עעעעענדליך טוט מען שוין עפעס צו לייזן די שווערע דירות מאנגל... שכוח פאר אלע עסקנים...

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 13, 2014 4:31 pm
דורך רבי הערשל
לויט וויפיל תגובות דא איז דא זעה איך שוין מיט וועם עס איז באמת דא צו גיין צום טיש....
מען האט זיך ליעב אפצורעדן, אבער צו טון למעשה איז קיינער נישט דא....

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 13, 2014 4:37 pm
דורך געלעגער
וויפיל אשכולות פון א נייע שטעטלעך איז דען דא? קנאפע צוואנציג ניין? לוינט נישט א פארום פאר דעם

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 13, 2014 4:37 pm
דורך משה יענקל
:oops: האב איך געשריבען צו ערנסט

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 08, 2015 10:18 pm
דורך זאכליך
געלעגער האט געשריבן:וויפיל אשכולות פון א נייע שטעטלעך איז דען דא? קנאפע צוואנציג ניין? לוינט נישט א פארום פאר דעם

סך מער ווי 20

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 08, 2015 11:05 pm
דורך גוגל
געלעגער האט געשריבן:וויפיל אשכולות פון א נייע שטעטלעך איז דען דא? קנאפע צוואנציג ניין? לוינט נישט א פארום פאר דעם

ס'קאסט געלט צו מאכן א עקסטערע?

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 08, 2015 11:30 pm
דורך private
viewtopic.php?f=3&t=22551&hilit=קרית+הרחבת+הדעת&start=0

שוין דא איבער פינעף און דרייסיג זיכער

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 09, 2015 12:27 am
דורך נגיד
private האט געשריבן:http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=22551&hilit=קרית+הרחבת+הדעת&start=0

שוין דא איבער פינעף און דרייסיג זיכער

ווען 'איינס' פון די אלע וועט ווערן א שטעטל וועט מען מאכן א עקסטערע פארום...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 09, 2015 9:22 am
דורך private
נגיד האט געשריבן:
private האט געשריבן:http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=22551&hilit=קרית+הרחבת+הדעת&start=0

שוין דא איבער פינעף און דרייסיג זיכער

ווען 'איינס' פון די אלע וועט ווערן א שטעטל וועט מען מאכן א עקסטערע פארום...

viewtopic.php?f=6&t=24588
קרית בעלז לעיקוואד איז געווארן...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 09, 2015 3:54 pm
דורך זאכליך
private האט געשריבן:http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=22551&hilit=קרית+הרחבת+הדעת&start=0

שוין דא איבער פינעף און דרייסיג זיכער

א גוטע אכציג אשכולות זיכער!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 09, 2015 5:25 pm
דורך private
זאכליך האט געשריבן:
private האט געשריבן:http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=22551&hilit=קרית+הרחבת+הדעת&start=0

שוין דא איבער פינעף און דרייסיג זיכער

א גוטע אכציג אשכולות זיכער!

גערעכט. פריער באמערקט מיין טעות.

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 12, 2015 10:01 am
דורך מיסטעריעז
אפשר זאל מען אויך מאכן עקסטערע פארומס פאר אבאמא, קלינטאן פאמיליע, בוש פאמיליע, טייטלבוים פאמיליע אוטש!... שווארצע, ווייסע, גניבות, רויבערייען, טעראריזם, שריפות, נאציאנאלע וואוטס, לאקאלע וואוטס, מד"י וואוטס, פאליטיק, מד"י פאליטיק ועוד ועוד ועוד וואס חדשים לבקרים, יעדן שני וחמישי עפענט זיך אשכולות ארום זיי.
וויפיל אשכולות איז דא נאר פאר די לעצטע וואוטס אין מד"י אליינס?

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:14 pm
דורך געלעגער
מיסטעריעז האט עס גענאגעלט.
נישט יעדע נושא פארדינט א 'פארום' יעדע שטעטל אשכול איז א נייעס אבער סך הכל רעדט מען פון 'פיר/פינעף' נייע געגענטער. פארשטייט זיך אז יעדע געגענט ברענגט א פלייץ פון אשכולות אבער דאס מאכט נאכנישט אז ס'זאל דארפן א באזונדערע פארום. זוי מיין איך, מ'מעג מחולק זיין

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 21, 2015 4:10 pm
דורך שנאפס
די אידן וואס בעטן א פארום ווילן פשוט האבן אלעס צוזאם גענומען אויף איין פלאץ, ס'זאל זיך חלומען גרינג

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 21, 2015 6:39 pm
דורך מי חכם
יעצט שרייבט איינער - נישט נאכגעקוקט - אז אין די מפעל הוצאת ספרים פארום איז דא 19 אשכולות. נו, למה נגרע? די נייע געגנטער האבן לכאורה פיל מער אשכולות.

דאס איז חוץ פון דעם אז ס'איז מסתבר אז א עקסטערע פארום וועט ציען אסאך טרעפיק צו אייוועלט, זינט עס איז דא - טאקע נאר א קליינער - פראצענט וואס וויל באמת מופן, און בעיקר זינט די טעמע גייט נישט ארויס פון די מיילער, צוליב וואס דער מצב אין די עקזיסטירנדע געגנטער ווערט יעדן טאג ערגער. מילא אזא פארום וואלט געדינט ווי א אינפארמאציע קוואל פאר אלע קופקעס... ווי אויך פאר די צאל ערנסט פאראינטערעסירטע. משא"כ יעצט ווען עס איז זייער שווער - דערצו נאך פאר א פרעמדן וואס איז נישט באקאנט מיט די סייט - אפירצוזוכן די רעלעוואנטע אשכולות.

נאר דער אמת איז אפשר איז אייוועלט נישט אינטערעסירט דערין, אפשר צופיל טרעפיק קען אפקראצן די סערווער...

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 21, 2015 6:51 pm
דורך מיסטעריעז
די חילוק איז;
די מפעל הוצאת ספרים אפטיילונג האבן די פועלים אויך געבעטן, די שטעטלעך פארום בעטן נאר די וואס ווילן פטור ווערן פון די שטעטלעך אשכולות.

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 21, 2015 7:08 pm
דורך מטעמים
איך בין שטארק און פעיוואר פון א סוב פארום.

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 21, 2015 7:12 pm
דורך מיסטעריעז
מטעמים האט געשריבן:איך בין שטארק און פעיוואר פון א סוב פארום.

איך בין שטארק דערקעגן. אבער אויב מאכט מען, זאל מען אויך מאכן סובס פאר די אלע אין מיין ליסטע פון אויבן.

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 22, 2015 12:31 am
דורך שנאפס
די צוגלייך צו מפעל הוצאת ספרים איז נישט ריכטיג, דארט האפט מען צו האבן מיט די צייט מער אשכולות ווי נייע שטעטלעך

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 22, 2015 12:39 am
דורך גערעכטער
שנאפס האט געשריבן:די צוגלייך צו מפעל הוצאת ספרים איז נישט ריכטיג, דארט האפט מען צו האבן מיט די צייט מער אשכולות ווי נייע שטעטלעך

און דארט זעהט מען אז עס ווערט עפעס דערפון...

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 22, 2015 6:47 am
דורך מיסטעריעז
זאכליך האט געשריבן:
private האט געשריבן:שוין דא איבער פינעף און דרייסיג זיכער

א גוטע אכציג אשכולות זיכער!

א מיש-מאש פון אשכולות פון אלע חלקים פונעם סייט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 21, 2015 11:28 am
דורך מאנ-יימער