Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

א גיט ווארט

פרייטאג מאי 09, 2014 5:39 am

איז טאקע נאך נישט פארהאנען א גיט ווארט אשכול
?
ווי אויף די וועלטל האט מען אזאנס געהערט
?

?אלזא וואס איז די גיט ווארט

Advertisement

פרייטאג מאי 09, 2014 5:58 am

וועל מיר אנהייבן מיט א הייסע קאווע
געהערט א גיט ווארט נאכגעזאגט פין א ירושלימער אידל פארוואס די חסידים טרונקן קאווע פארן דאווענען
זאגט ער אזוי.. קאווע איז געמישט הייס אין קאלט
שווארץ אין ווייס.. ביטער אין זיס
מילא ווען אין מאך די ערשטע זאך צופרי א ברכת שהכל זאג איך פארן באשעפער נישט קיין חילוק וואספארא טאג עס ווארט מיר אפ
ווייס שווארץ זיס ביטער הייס אדער קאלט
אלעס ווערט געטון דורך דיר הייליגער באשעפער
אין וואס די טוסט איז גיט
שהכל נהי בדברו

האטס מיר אלע א זיס יאר

פרייטאג מאי 09, 2014 8:06 am

ברוינפען
ס'איז גוט און ס'איז א ווארט
(בשם יארמער רב)

זיסע אידישע גלייכווערטלעך

פרייטאג מאי 09, 2014 11:17 am

פונקט לעצטענס געהערט און ס'איז מיר געפאלן,,

במקום שאין איש איז הערינג אויך געפילטע פיש

---------
געהאט א מלמד וואס פלעגט זיך בייזערן ווען א יונגל האט ג'העטעך פעטעך'ט,,

ווען מיין באבע העט ווען געהאט רעדער וואלט זי ווען געווען א טרעקטער

פרייטאג מאי 09, 2014 11:29 am

די ביידע זענען זיסע אידישע ווערטלעך, מיינעך.
גלייכווערטלעך מיינט מער סארקאסטיש און עטוואס בייסיג, צב"ש א גוטע דזשאוקי אנטווארט, א שפיציגע הומאריסטישע באמערקונג.

פרייטאג מאי 09, 2014 11:39 am

עירמאנט'ער האט געשריבן:איז טאקע נאך נישט פארהאנען א גיט ווארט אשכול
?
ווי אויף די וועלטל האט מען אזאנס געהערט
?

אוודאי פארמאגן א גוט ווארט אשכול

פרייטאג מאי 09, 2014 5:04 pm

ווען עס איז דא צען בעלי באסטעס, ווערט דער הויז נישט אויפגעקעירט.

ליידיגע הענט ברעכן ווענט.

א צומי קאסט א דאללער אין איז ווערט א מיליאן.

צוויי קליגע האבן א קליגע לעבן אין צוויי נערנים א זיס לעבן.

זונטאג מאי 11, 2014 12:37 am

א גוט ווארט איז ניטאמאל גוט פאר א ווערטעל...

זונטאג מאי 11, 2014 11:39 am

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:
עירמאנט'ער האט געשריבן:איז טאקע נאך נישט פארהאנען א גיט ווארט אשכול
?
ווי אויף די וועלטל האט מען אזאנס געהערט
?

אוודאי פארמאגן א גוט ווארט אשכול

באמת ביסטו אבער גערעכט, ווייל יענס א "גוט" ווארט אשכול, און דא איז א "גיט" ווארט אשכול.

זונטאג מאי 11, 2014 7:21 pm

מיין מיסטעק
איך האב טאקע נאר געזיכט א גיט ווארט מיט דעם יוד אין נישט מיטן ואו
איך מיין אבער אז עס קאן נאר זיין גיט ווען סעדא א איד אינדערמיט

זאל זיין גיט און גוט פאר אלע יודן

דינסטאג מאי 13, 2014 4:14 pm

אוי ביסטו גוט... אבער נישט סתם גוט... נאר גוט משוגה!!

דינסטאג מאי 13, 2014 4:16 pm

יונהלע האט געשריבן:אוי ביסטו גוט... אבער נישט סתם גוט... נאר גוט משוגה!!

נישט געוויסט אז ס'איז א גוט ווארט, מען האלט מיר עס אין איין זאגן

דינסטאג מאי 13, 2014 4:18 pm

;l;p-

דינסטאג מאי 13, 2014 4:46 pm

זאלסט וואקסן א תלמוד חכם אין דיין טאטע א עושר...
הרב ???? וויאזוי האט ער נאר געהייסן וואס איז ארום געגאנגען פאר תומכי שבת???

דינסטאג מאי 13, 2014 4:48 pm

ר' מרדכי פאלאטשעק ע"ה

פרייטאג מאי 16, 2014 11:38 am

יא, גרעכט.
עס האט מיר באמת געבאדערט אז איך האב נישט געדענקט אויפן מינוט די נאמען פון אזא טייערע איד, יהא זכרו ברוך.
שרייב א תגובה

Advertisement