בלאט 1 פון 1

א גוט יאר אייך

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 11, 2007 5:31 pm
דורך לחיים ולברכה
שוין יארן נישטא געוועזן. יוי בינעך געוועזן ביזי מיט מיינע ביזיונעס, ממש ביזע בזיונות. ענדליך נאכ'ן שלאפן 4 שעה פארגאנגענע נאכט (ירא שמים, ביזט איידעס?), קענעך מיך ערלויבן אריינצוקומען אין קרעטשמע פאר א קורצע וויזיט. סיז צום האפן אז כעל גוט פארברענגן אין די קורצע צייט.
נו, כ'לאז מיך ארויס אויפ'ן וועג, קרעטשמע הייוועי 3 נארט, עקסיט צוויי הונדערט און איינס צו מאשקע עוו., מ'דרייט זיך אריין אין קרעטשמע עוו. און דערנאך קרעטשמע סטריט, און אט דערנענטערט מען זיך צו די אנגעגעבענע אדרעסע 368 קרעטשמע סטריט. אט איז מען דא. מיט א היימישקייט גיימיר אריין אין טויער פון קרעטשמע, סיז נאך דאס זעלבע, די לייטס ברענען נאך זינט מיין לעצטע באזוך, די זעלבע פלעשלעך געפונען זיך אויף די פאליצעס, די בענקלעך ארום די שיינע מעהאגעני טישל זענען נאך פארקרומט אויף זייער ארט, עטליכע באלבס זענען אויסגעברענט (אפשר גאר אויסגעשאסן, סיז נישט זוי קלאר) וכילע וכילע. (אז איר פארשטייט נישט טוט א קוק אויף די אפער רייט הענד קארנער פון אייער בראוזער.
כ'וויל שוין עפענען די צווייטע טיר'ל אנצוקומען צו מיין באשטימט ארט, זיך מאכן א קאווע, פארזוכן פון יעקב אלי'ס עסנווארג, הערן א גוט ווארט פון צייטליך, דאווענען מנחה מיט קושקע'ס מנין (ס'לעבט נאך?), הערן אן אויסגערעכנטע דרשה פון ר' זרח, א תוכנ'דיגע מאמר פונעם ראשעקאהעל, און זוי ווייטער. אבער צום ערשט עלעך זיך זיכער באגעגענען און שאלעם נעמען פון מיינע אלטע פריינט.
וואו? וואס? ווען? מ'האט מיר פארדרייט די שטיבלעך, פאררוקט די טישלעך, אויסגעדרייט די בענקלעך, און אפילו געביטן מעמבערס.... אזש פנים חדשות באו לכאן.... כ'האב זיך געדארפט רייבן די אויגן צו וויסן אויף זיכער אז כ'בין טאקע אין די זעלבע קרעטשמע ווי כ'פלעג אריינקומען. הער מיך אויס, מיין דזשי פי עס האט מיר אהערגעברענגט, ער ווייסטעך וואסערע קרעטשמע איך וויל אנקומען, כ'גלייב אז כ'קען זיך שוין פארלאזן אויף איהם...
קיצור, וואס ווילעך דא ארויסברענגן? כ'ווייסאלייניש! אפשר דאך? יא, כאב זיך דערמאנט. אזוי ווי אלע שטיבלעך זענען געווען אנגעקלעבט מיט רויטע צעטלעך אז ס'איז פארהאן נייעס, און כאב דאך נישט קיין צייט צו ליינען זוי סאך, בעט איך פון מיינע חשוב'ע אלטע גוטע באליבט געשמאקע און באשפריצטע, ביטע טוט מיך מודיע זיין ווען סיז דא גוטע פיינע פרישע נייעס אינערהאלב קהילתינו הקלושה, אז כ'זאל אויך קענען נהנה זיין מטוב עולם הזה. איר קענט דאס טוהן דורך די גוגל וועלט אדער אנדערע קאמיוניקאציע מיטלען.
כ'וועל מסיים זיין 'מעין' הפתיחה: א גוט יאר.

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 11, 2007 5:33 pm
דורך מאשקע
העי, שאמענאלייכעם! וואסמאכטאיוד? אלעס פיין?
האסט באמערקט אז כאמיר געטוישט בילד?
אקעי, כ'יאג מיך. מעמיר שפעטער רעדן.

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 11, 2007 5:48 pm
דורך צייטליך
אה, לחיים, שלום עליכם, גוט גוט, ביסט דא ? פיין!

אז די וווילסט עפעס ליינען איז אזוי:
קודם כל, דער מיללער האט אינז היינט דערליווערט עפעס, דא האסטו עס,
http://yiddishworld.com/forum/viewtopic.php?t=2268
*
דא אז די ווילסט, קענסטע נאך מיטהאלטן די פרישע דעבאטע פון די וואך, (אה, די ווייסט אפילו נישט אז ס'איז דא דא אזא זאך..)
http://yiddishworld.com/forum/viewtopic.php?t=2266
*
דא וועסטי צו יעדע צייט טרעפן א גוט ווארט,
http://yiddishworld.com/forum/viewtopic.p ... highlight=
*

בקיצור, פון דא אין ווייטער זיך דיר אליין,

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 11, 2007 6:01 pm
דורך דרך אגב
איך הייב שוין אן צו מיינען אז צייטליך זאל באקומען א טיטל, ער נעמט דאך אזוי שיין אויף די געסט צו יעדע צייט,
ער איז זיי זוי שיין מכבד, ער צייגט זיי אן פונקטליך ווי איז דער מקוה, די ביה"כ, די פאליש, די היכל, ווי מ'קען זיך וואשן די הענט וכילע, קרעדיט לחיים, עס איז דאך זיין אשכול,

וואס זאגט איר צו דעם, "שומר הפתח" ?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 12, 2007 10:25 am
דורך לחיים ולברכה
איר פארשטייט? איך נישט! דער סיסטעם דקרעטשמערתינו האט אויפגעכאפט אז דער קעפל רופט זיך א גוט יאר אייך, נו, לכאורה איז עס א כמו גריסן אשכול, ניין? א שליידער אריין אינעם פארברענגן אשכול.
נו, א כפרה אויף מיינע נעוויירעס.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 12, 2007 10:30 am
דורך איזאק
אה, שלום עליכם !! הערליך שיין באשריבען,
צו דיין פראגע: פריידעך מהאט דיר עס נישט געמעקט

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 12, 2007 1:38 pm
דורך לחיים ולברכה
כ'פריי זיך אזוי שטארק, לאמיר כאפן א טענצל.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 12, 2007 1:43 pm
דורך דארפסמאן
צי כאפען א טענצל דארפטו ריפן זעקסטע הקפה

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 12, 2007 2:07 pm
דורך לחיים ולברכה
דער אלטער אדער נייער? עם, עמירעס לאזן אויף נאך די ימי בין המצרים.