Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

מאדנע פאסירונג - השגחה פרטית

דאנערשטאג מאי 08, 2014 6:10 am

אלס פלאג איך זיך אין אוטא ווי צו ריזשארזשן מיין סעל פאון
כאב א קאר זשארזשער אבער סע מאכט מיר קונצען
איין טאג כאפ איך זעך אז אזוי ווי כאב א יו עס בי פלאג אין אוטא קאן איך דארט איינשטעקן מיין פאון אויכעט
איין פראבלעם אבער האב איך נאר אז איך האב נישט אזא עקסטרע ווייער פארן אוטא

מה עשה הקב"ה
נעקסטע צופרי איך הייב אן מיין טאג אין איך טרעף ממש דאס
יא די ווייער וואס גייט פין מיין פאון צום יו עס בי פלאג
הודו לשם כי טוב

א שטיק צייט צוריק איז מיר אראפגעפאלן מיין בעק וויא שפיגעל פין קאר
האב איך געטרייט מיט קרעזי גלו עס צוריקציגלעבן
פארשטייט זיך אליינס אז סע האט זיך נישט געהאלטן
האב איך זיך נאפגעפרעגט פאר אן עצה
האבן זיי געזאגט אז סע דא א ספעציעלער גלו קיט פאר דעם
אפאר טעג שפעטער ביי די ארבעט זעה איך עפעס אויף די ערד
פרעג איך די גוי נעקסט צי מיר וואס דאס איז
ער הייבט עס מיר אויף
אין הפלא ופלא עס איז ממש די גלו קיט וואס איך ברויך פאר מיין שפיגל

הודו לשם כי טוב

Advertisement

דאנערשטאג מאי 08, 2014 10:02 am

אינטערעסאנט

דאנערשטאג מאי 08, 2014 11:14 am

וועלט האט געשריבן:אינטערעסאנט

השגחה פרטית.

דאנערשטאג מאי 08, 2014 11:23 am

יא! דאכט זיך פון בעל שם טוב.
אז אויב מענטש גלייבט אז יעדע זאך וואס קומט איהם אנטקעגן אין זיין וועג איז באשערט פון הימל.
וועט ער דאס זעהן...

זונטאג מאי 11, 2014 11:03 am

ווינקל האט געשריבן:
וועלט האט געשריבן:אינטערעסאנט

השגחה פרטית.

זונטאג מאי 11, 2014 4:55 pm

נשמה האט געשריבן:יא! דאכט זיך פון בעל שם טוב.
אז אויב מענטש גלייבט אז יעדע זאך וואס קומט איהם אנטקעגן אין זיין וועג איז באשערט פון הימל.
וועט ער דאס זעהן...

ווי מיר זאגען ביי מודים ועל נפלאותיך וטובותיך שבכל עת ערב ובוקר וצהריים
שרייב א תגובה

Advertisement