Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

די כהנים אשכול

דינסטאג מאי 06, 2014 10:42 pm

יוי דער רויטער, נאך איין מאל ער גייט מיר אוועקרוקן די שיך ביים דוכנ'ען וועל איך אים צעעפענען דעם שטריימל זיינעם, און צעשפרייטן די האר אויף יעדן בלאק!

און דער זיסער גוטזאגער וואס יעדן מאל ער טרעפט מיך, שרייט ער מיר נאך מיט זיין גראבאצכען קריצעדיגן קול "נו ר' עמינדב ביסט דאך א כהן קענסטאך בענטשן,,, האא פפככ,,, נו גיבזשע מיר א ברכה" און ווען איך מורמעל אונטער די ברכה פארפירט ער שוין ווייטער דער פוירפל בארדדיגער "נע ניש אזוי, מאך געהעריג יברכך השם, נו אזוי אויפן קאפ..!
דו משוגענער ווייל איך בין א כהן דארפסטו מיר די געדערים אויסדרייען מיט דיינע שמוציגע ידיים? דיין קרבן חטאת איז דאך שוין קלינער ווי דיר. און נאכדערצו אלס שטעלסטו מיך אפ אזוי אינמיטן די סטעפס ווען נאך 70 מענטשן שטופן זיך דורך ווייל דו נויטיגסט דיך יעצט וויכטיג אין מיין ברכה. וואו ביסטו געווען יום טוב ביים דוכנען דו אנברענגער הא ?!


און דער מעכל, אלעמאל מוזטו דיך לאזן הערן ביים ליינען, יעדעס מאל ביי כהן קרב יעמד הייבט זיך אן נאכאמאל די זעלבע שפיל פון די לעצטע 8 יאר. קודם גייט די נאטורליכע קולות כהן ?! נאכדעם נאך העכער כההןן ?! און נאכדעם נאך לענגער ככהההןןן ?!!
דו גאלע עסער וואס שרייסטו? זעסט נישט איך שטיי דיר דא אונטערן נאז. און ענדליך מיט א שמחה עצומה ווי איינער וואס גייט יעצט פטר'ן די מרור נעמסטעך אונטער זינגען "אין כאן כהן'םם", אופס פלוצלונג באמערקסטו מיך און דאן הייבסטו אן פריש ווי איינעם וואס מען האט יעצט באפרייט פון תפיסה "אהה,,,ברוך השם כהן קרב יעמממוד" ר' עמינדב ... אהה נישט גענוג גוט נאר מיט דיין חנופה שמייכל הייבסטו אן אודך "מורינו הרב" ר' עמינדב ווי כאילו דער כהן פילט זיך בעסער יעצט.
פערטיג מיט דעם נעמט מען זיך צו די טאטעס נאמען, ווי צו להכעיס האסטו עפעס א קאנטראקט דא מיטן שר השכחה און שר השמיעה אינאיינעם, נו בן ר' ?? כהער נישט! בן ר' ?! וויפיל מאל ווילסטו איך זאל איבערזאגן, זאל איך אריינשרייען אין די ערב שבת פייפער? דעמאלט וועסטו אפשר הערן אבער וויזוי מאכט מען דיר געדענקען? א קעצל האט דאך שוין א קלענער וויידל ווי דיר.
הער אויס, דו גיב נאר אהער דיין מעשר און תרומה און לאז מיך לעבן, די חלה קענסטו דיר האלטן.


יויש וואס די כהנים מאכן מיט...

Advertisement

דינסטאג מאי 06, 2014 10:51 pm

כאטשיג איינער ברענגט ארויס אויפן צעטל מיין צער :lol:

דינסטאג מאי 06, 2014 10:55 pm

א כהן ביסטו אויך?

דינסטאג מאי 06, 2014 10:56 pm

אריין און 4 ווערטער אשכול

מיטוואך מאי 07, 2014 12:15 am

קוקט אויס ווי די זרוע לחיים וקיבה איז פיין געראטן, דער שוועמל איז אין די פעדערן...

מיטוואך מאי 07, 2014 8:34 pm

כהנים ארויס!

מיטוואך מאי 07, 2014 9:02 pm

שייג* ארויס

מיטוואך מאי 07, 2014 9:31 pm

קליינע רבי'עלע מיט גרויסע הויזען

זונטאג מאי 11, 2014 10:48 am

לכאורה האט געשריבן:דער שוועמל איז אין די פעדערן...
שרייב א תגובה

Advertisement