גריסן און שמועסן
זונטאג מאי 04, 2014 8:28 pm
בס"ד
האלאו,
כ'זוך נאך א מקור אויף דעם!
איר קענט מיר אפשר זאגן וואו די מקור איז אז אלע קינדער זינגען דעם ליד, אלע מיינעך אלע מיינע, זיי זינגען דעם ניגון פון א טאג נאך אסרו חג ווען סקול האט זיך אנגעהויבן ביז נאך שבועות בערך!
דער ניגון גייט בערך אזוי:
גיטעלע גיטעלע זאג מיר וואס מ'מעג
נישט טוען אין די ספירה טעג
נישט שניידן די האר נישט אנטוען א נייע קלייד
נישט הערן מוזיק און זיך פרייער זייער שטארק
ווייל דענמאלט איז א שלעכטע זאך געשעהן
מיט ר' עקיבא'ס תלמידים איז עס געשעהן
זיי האבן פארגעסן
(דא דענק איך נישט די ווערטער, מיין קליינע זינגט עס נישט גענוג קלאר)
מ'פירט אויס עפעס אזוי: ליעב האבן א חבר (והבנות שורים חבר'טע) פונקט ווי זיך אליין
עניוועי, מיין פיצי דריי יעריג'ס איז שבת צופרי אויפגעשטאנען פארן עלות, זי כאפט זיך אריבער צום טאטן אין געלעגער (נד"נ) ממשיך צו זיין איר זיסע שלאף, שטייצעך אז דער טאטע לייגט זיך גלייך אויף די אנדערע זייט מאכענדיג פלאץ פאר די לעכטיגע שעפעלע.
אבער נישט מער נישט ווייניגער, די קליינע נעמט זיך זינגען מיט איר זיסע שטימע דעם באקאנטן הימנע גיטעלע גיעטעלע וכו' אז די גאנצע חברה האבן זיך אויפגעוועקט:
איז מיר נולד געווארן כמה שאלות:
1) וואו איז דע מקור פון דעם ניגון?
2) וואס עפעס האט די טאנטע גיטשע זוכה געווען אז אויף איר נאמען האט מען געלייגט דעם ניגון, פארוואס נישט יענטא'לע יענטא'לע?
3) האט מען דייקא געלייגט די ווערטער אויפ'ן ניגון המקובל בפי כל וואס מ'זינגט אויף די ווערטער "שאַ שאַ שאַ שאַ נישט רעדן לשון הרע, אוי וויי אוי וויי וואס פארא צרה וכו'", איז דאס אויך א ענין צוליב די טעג שלא נהגו כבוד זה עם זה, אדער איז דאס נאר א פערצופאל?
4) פארוואס האט מען איינגעפירט צו זינגען צוויי מאל דאס ווארט גיטעלע, פארוואס נישט ענדערש איין מאל גיטעלע און איינמאל מלכה'לע?
סך הכל, כ'בין אינגאנצן צומישט, איר אויכ'ט?
Advertisement
זונטאג מאי 04, 2014 8:48 pm
כ'מיין אז געוויסע וואלטן געענטפערט אויף די שאלות:
ביסטעך צוקאש!
זונטאג מאי 04, 2014 8:49 pm
גם אני בחלומי, דער ניגון גרידזשעט מיר אין די אויערן....
מיר באדערט למשל, וואו איז די מקור איז מ'טאהר זיך נישט פרייען זייער שטארק אין די ספירה טעג. א מין געדאנק דאס...
זונטאג מאי 04, 2014 9:57 pm
לאמיר פרובירן ענטפערן על אחרון אחרון.
די ניגון איז "נישט" די שא שא נישט רעדן ל"ה ניגון. עס איז ענליך צו די יו"ט ערליך ניגון גן-עדן גיהנם.
ביי טייל זינגט מען טאקע חנה'לע חנה'לע אנשטאט גיטעלע גיטעלע.
מקור ווייסעכנישט מסתם איינע פון די כיתה א לערערינס נאך פון סענז סט. (כליפ כליפ..) מיין אידענע געדענקט עס נאך.
זונטאג מאי 04, 2014 10:33 pm
חחחח.
תיקו
זונטאג מאי 04, 2014 10:43 pm
קודם כל ביי מיר זינגט מען "חנה'לה חנה'לה".
און די ניגון גייט אזוי:
חנה'לה חנה'לה זאג מיר וואס מ'מעג,
נישט טוען אין די ספירה טעג.
נישט שניידן די האר נישט אנטוען א נייע קלייד
הערן מוזיק און פרייען זיך אסאך.
ווייל דענמאלט איז א שלעכטע זאך געשעהן
די תלמידים פון ר' עקיבא'ס האבן נפטר געווען,
זיי האבן פארגעסן א מצוה וואס איז שיין,
ליעב האבן א חבר'טע אזוי ווי זיך אליין.
זונטאג מאי 04, 2014 10:45 pm
און נאכדעם כל?
זונטאג מאי 04, 2014 10:47 pm
געהעריג נבל ברשות הנגינה וואסאמין ארומדרייען דאס יעדער לויט זיין געשמאק?
זונטאג מאי 04, 2014 10:47 pm
דאס מוז זיין א פעסטע שטיקל פאעזיע, ווייל "קלייד" מיט "אסאך" גראמען נישט במושכל ראשון.
זונטאג מאי 04, 2014 11:07 pm
לכאורה האט געשריבן:דאס מוז זיין א פעסטע שטיקל פאעזיע, ווייל "קלייד" מיט "אסאך" גראמען נישט במושכל ראשון.
און אז די תלמידים פון ר' עקיבה "האבן נפטר געווען" איז יא גוט??
זונטאג מאי 04, 2014 11:38 pm
לכאורה האט געשריבן:דאס מוז זיין א פעסטע שטיקל פאעזיע, ווייל "קלייד" מיט "אסאך" גראמען נישט במושכל ראשון.
כ'ווייס נישט ווער ס'האט דאס אזוי ארומגעדרייט, די אריגינאלע נוסח איז: הערן מוזיק און זיין פיל מיט פרייד.
זונטאג מאי 04, 2014 11:42 pm
לכתחילה אריבער האט געשריבן:און אז די תלמידים פון ר' עקיבה "האבן נפטר געווען" איז יא גוט??
די קושי' איז נאר שווער לויט אייער נוסח, ווייזט אויס אז ר' שמעלקא'ס האט א בעסערע מסורה..
מאנטאג מאי 05, 2014 8:23 am
די עיקר אז מ'האט וואס צו טוהן מיט די קליינע אין סקול
מאנטאג מאי 05, 2014 9:40 am
אַבּערוואַס האט געשריבן:לכאורה האט געשריבן:דאס מוז זיין א פעסטע שטיקל פאעזיע, ווייל "קלייד" מיט "אסאך" גראמען נישט במושכל ראשון.
כ'ווייס נישט ווער ס'האט דאס אזוי ארומגעדרייט,
די אריגינאלע נוסח איז: הערן מוזיק און זיין פיל מיט פרייד.
איר קענט אפשר ברענגן דעם אריגנינאלע נוסח פון וואס איר רעדט????? אויף דעם וויינט מען דאך, וואו אין די וועלט איז דע מקור דערצו?
און אויב שוין יא אריגנינאלע, ווי זאגט מען, גיטעלע אדער חנה'לע?
ילמדנו רבינו ביטע
מאנטאג מאי 05, 2014 10:19 am
איך ווייס נישט קיין בעסער'ן מקור ווי אייך. אבער אזוי האב איך מקבל געווען פון מיינע חברה און אז ס'שטימט בעסער איזעס לכאורה די אריגינאלע.
לגבי גיטעלע/חנה'לע איז לכאורה כמו שהגיב ר'שוועמל.
איך האט א שטארקע חשש אז ס'האט נישט קיין געהעריגע מקור, ס'נאר אזוי מ'קאלארינג בוק לאוזן.
מאנטאג מאי 05, 2014 10:28 am
אַבּערוואַס האט געשריבן:איך ווייס נישט קיין בעסער'ן מקור ווי אייך. אבער אזוי האב איך מקבל געווען פון מיינע חברה און אז ס'שטימט בעסער איזעס לכאורה די אריגינאלע.
לגבי גיטעלע/חנה'לע איז לכאורה כמו שהגיב ר'שוועמל.
איך האט א שטארקע חשש אז ס'האט נישט קיין געהעריגע מקור, ס'נאר אזוי מ'קאלארינג בוק לאוזן.
נע זעכער עפעס א אויבער חכ האט ארומגעדרייט אז סעזאל זיין פערפעקט
מאנטאג מאי 05, 2014 11:57 am
אַבּערוואַס האט געשריבן:לכתחילה אריבער האט געשריבן:און אז די תלמידים פון ר' עקיבה "האבן נפטר געווען" איז יא גוט??
די קושי' איז נאר שווער לויט אייער נוסח, ווייזט אויס אז ר' שמעלקא'ס האט א בעסערע מסורה..
וואס רעדט איר דומהייט??
ווייל דענמאלט איז א שלעכטע זאך געשעהן
מיט ר' עקיבא'ס תלמידים איז עס געשעהן
דאס איז א גראם???? ר' יו"ט וואלט אזא גראם געלייגט אין חית......
מאנטאג מאי 05, 2014 12:14 pm
חילי, וויט יו אלל דע וועי, דעריבער האב איך מיך באווארנט איך האב נאר געשריבן 'בעסערע'.
אויסערדעם, היינטיגע צייטן זעען רוב גראמען אויס עפעס אזוי, סאו ר'יו"ט וואלט געהאט א פראבלעם נאך אסאאאך פארדעם.
מאנטאג מאי 05, 2014 12:21 pm
גראדע אסאך האבן שוין געטוישט נוסח מעגליך צוליב די קשיא פון שמעלקא, מיינע קליינע זינגען "מיידעלע מיידעלע צו ווייסטו וואס מען מעג".
מאנטאג מאי 05, 2014 12:25 pm
אַבּערוואַס האט געשריבן:חילי, וויט יו אלל דע וועי, דעריבער האב איך מיך באווארנט איך האב נאר געשריבן 'בעסערע'.
אויסערדעם, היינטיגע צייטן זעען רוב גראמען אויס עפעס אזוי, סאו ר'יו"ט וואלט געהאט א פראבלעם נאך אסאאאך פארדעם.
כ'ווייס איין זאך!
מיין שוועעסטער האט אזוי געזינגען 20 יאר צוריק, און מיין טאכטער האט אזוי געזינגען מיט עטליכע יאר צוריק. די וואך - לכבוד די אשכול - האבעך ספעציעל פארהערט א ניכטע, און זי זאגט 100 פראצענט ווי איך האב עס מקובל, סא האק נישט אין קאפ, דאס איז די בעסטע!
מאנטאג מאי 05, 2014 1:14 pm
ס'פאסט נישט.
מאנטאג מאי 05, 2014 1:23 pm
מאנ-יימער האט געשריבן:גראדע אסאך האבן שוין געטוישט נוסח מעגליך צוליב די קשיא פון שמעלקא, מיינע קליינע זינגען "מיידעלע מיידעלע צו ווייסטו וואס מען מעג".
מעג מען דען משנה זיין א זאך וואס כמה האבן בקבלה פון שוין יארן צוריק?
מאנטאג מאי 05, 2014 1:24 pm
קיינמאל נישט געהערט פון אזא ניגון.
מאנטאג מאי 05, 2014 1:42 pm
נערוועזער האט געשריבן:קיינמאל נישט געהערט פון אזא ניגון.
ברויכסטער טשעקען דעם יוחס... (ח"ו).
מאנטאג מאי 05, 2014 9:28 pm
ביי אינז גייט די ניסוח אביסל אנדערש די גראמען שטימט און די גרעממער אויך, אבער די מעשה פעלט אביסל...
- עטעטשמענטס
-
