בלאט 1 פון 2
בני היכלא, דכסיפין למחזי זיו
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 10, 2007 6:00 pm
דורך מיללער
עס איז שוין צוויי טעג וואס אוינזער אלעמען באקאנטער בני היכלא האט איינגענומען א זעלטענע שווייגעניש, בשם כל הקהל וויל איך אייך בעטן יהון הכא בהאי תכא ווי עס איז דבי מלכא מאן מלכי רבנן בגילופין, באווייז דיך נאכאמאל צבו לחדא בהאי ועדא.
ומכאן הכרוז יוצאת, ווער ס'האט אן השפעה אויף הרב היכלא זאל אנווענדן אלע מיטלען אים צוריקצוברענגן, ס'איז רבים צריכין לו כ'ווייס אפשר דארף מען זעצן א בי"ד צו מ'זאל אים נישט כופה זיין.
רבותי שליסט אייך אן אינעם אפיעל, ס'איז א חובת השעה!
החותם בכאב לב,
יעקב דוב מיללער פה קרעטשמע יצ"ו
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 10, 2007 6:04 pm
דורך איך_הער
אנגעשלאסן.
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 10, 2007 6:06 pm
דורך צייטליך
כמיללער ואיך הער לקרא, שטעל איך זיך צו צום יערליכען אפיעל,
בני היכלא, ווי ביסטו ?
(און מיללער, ווי ביסטו ? מ'הערט כמעט נישט פון דיר!)
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 10, 2007 6:07 pm
דורך מיללער
דא בין איך, מ'קען דא נישט פון מיר הערן אויב עפעס קענסטו ליינען און מגיב זיין.
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 10, 2007 10:05 pm
דורך abimlaibt
איך שליס מיך פעסט אן,
געטייטענד די סיט בעלט און מען איז אנגעשלאסען, וואו הייבט מען אן?
ווער נעמט וועלעכע זייט?
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 10, 2007 10:12 pm
דורך מאשקע
איך פארשליס מיך אויך.
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 10, 2007 10:16 pm
דורך איך_הער
מאשקע, לאז נאך אביסל, ס'איז צו טייט.
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 10, 2007 10:21 pm
דורך abimlaibt
צוריק צום נושא,
האט איינער דא געזעהן איך הער? כ'מיין היכלא'ן
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 10, 2007 10:29 pm
דורך קרעמער
איך האב היינט זוכה געווען צו כאפן א שיינע טשעט מיט בני-היכלא אויף גוגעלע, זאת אומרת אז ער לעבט נאך.
איי פארוואס שרייבט ער נישט? מסתמא ווייל מיללער האט שוין לאנג נישט אויפגעברענגט אן איבעיא אין בית המדרש!
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 10, 2007 10:57 pm
דורך יענטאאש
איך שליס מיך אן בפה מלא,
אינעם אפיעל רוף צו בני היכלא,
להחיות האי חבורתא,
בהיימישע קרעטשמתא,
'בני היכלא' דכסופין,
דערהער שוין די פארצווייפלטע רופן!
(עת לעשות לקרעטשמע הפרו כללי גראמען'תך).
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 10, 2007 11:00 pm
דורך שוועמל
i participate too
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 10, 2007 11:14 pm
דורך דרך אגב
מי אנכי? אבער עת לעשות ל'קרעטשמע וועל איך מיך אויך אנשליסן, איך געב א תגובה צום אפיעל, דורך'ן יאר קען זיין אז איך וועל צוגעבן.
בני בני בני חביבי....קום און זיי אונז מהנה.
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 10, 2007 11:26 pm
דורך בני היכלא
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 10, 2007 11:31 pm
דורך דרך אגב
מורא'דיג שיין געענפערט, זייער זיס. איך גלייך זייער דיין סטיל פון שרייבן.
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 10, 2007 11:31 pm
דורך מאשקע
קוקטס נאר וואס איין בריוועלע קען אויפטון!
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 11, 2007 8:50 am
דורך מיללער
א הארציגען ישר כח פאר אלע באטייליגטע, ב"ה תפלות ישראל עשתה רושם, אפי עס איז יעצט און א בחינה פון ויטמרון בגו כפין, האפט מען אז נאכדעם וואס מ'וועט זוכה זיין צום לבטלא בכל קליפין וועט אי"ה זיין שהשלום שלו ישים עלינו חיים ברכה ושלום אבי מ'לעבט איך מיין אבי עד שר שלום.
קרעמער, ידיד נפש.
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 11, 2007 9:20 am
דורך abimlaibt
ב"ה, עס האט זיך אלעס גענדיגט בכי טוב, מען איז אפגעקומען מיט בלויז שרעק,
בני הכלא, טעיק יור טיים, רוה זיך גוט אויס און קום אהיים מיט פרישע כוחות,
מיללער, ווער זינגט קלמנ'ס טאטע ? (קל מסתתר)
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 11, 2007 11:54 am
דורך דארפסמאן
ב"ה אבי ער לעבט אפילו ער איז און א מצב אז ער קען נאר שרייבען ענגליש אבער ב"ה ער איז דא
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 11, 2007 5:25 pm
דורך זארעכפעפער
בינעך אנגעקומען שוין נאכן בענטשן...
פארשפארט מיין קול קורא צו בני היכלא'ן, און הנאה געהאט צו הערן דעם שוב אשיב. בא יבוא ברנה. ובצפיותינו צפינו.
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 11, 2007 5:30 pm
דורך איך_הער
צו דעם דארף מען זיך אויך מצטרף זיין, ווייל אויב, בין איך מיך מצטרף צו די שכוחות פונעם גאנצן עולם דא.
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 25, 2007 3:41 pm
דורך זארעכפעפער
ברוכים הבאים בשם ה'!
נאך וואכן, וואכן, פון גרויסע כיסופין למחזי זיו דזעיר אנפין, פון האי גברא רבא, מורינו בני היכלא, טוען מיר דא אויסשרייען מיט א פריידיג געזאנג, "זה היום עשה ה' נגילה ונשמחה בו בחכמתו ובתורתו".
ובקשתינו שטוחה מול הדר"ג: "אנא אל תעזבינו לאורך ימים", טוה דאס נישט נאכאמאל צו אונז, פארלאז אונז נישט אויף אזא לענגערע תקופה.
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 25, 2007 4:17 pm
דורך קרעמער
מיר האפן אז די בני היכלא האבן זיך אויסגערוהט און אנגעשעפט פרישע כוחות און מוחות משפיע צו זיין פאר די עדת מי מנה אלעס וואס זיי קענען פארנעמען, און נאך מער.
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 25, 2007 4:51 pm
דורך מיללער
יא יעצט איז עס דערווייל למיחזי זיו נאר בזעיר אנפין, אבער מיר האפן אז יהון הכא בהאי טאקע טאקע דא ביי אונז ווייל אזוי גם כי אלך בגיא איז דאך לא אירא ווייל אתה עמדי, אך טוב בלייב דא לאורך ימים.
אגב ס'איז בבואו מאדום חמוץ בגדים?
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 25, 2007 8:57 pm
דורך בני היכלא
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 25, 2007 9:05 pm
דורך מיללער
דאס איז נישט פון די זעלבע היכלא משפחה? איך האב געוואוסט אז זיי זענען ערשטע געשוועסטער-קינדער, און אויף זיי גייט ארויף די בני היכלא פון של"ס.