בלאט 2 פון 2
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 25, 2007 10:43 pm
דורך קרעמער
בני-היכלא;
איך ווייס נישט וואו אויף דער וועלט איר/דו האט/סט וואקאציאנירט, אבער באנונז (קרעדיט: סאכדעס) איז פאריגע וואך געגאנגען דברים, און היי-וואך (קרעדיט: זארעך) ואתחנן.
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 25, 2007 11:03 pm
דורך איך_הער
קרעמער, מ'קען עס אפטיילן, ער האט געלערנט פאריגע וואך טעגליך דעם חק, ווידעראום די וואך זאגט דער זוהר וכו'.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 26, 2007 7:42 am
דורך לחיים ולברכה
חסורי מיחסרא והכי קתני.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 26, 2007 8:31 am
דורך מיללער
איך_הער האט געשריבן:קרעמער, מ'קען עס אפטיילן, ער האט געלערנט פאריגע וואך טעגליך דעם חק, ווידעראום די וואך זאגט דער זוהר וכו'.
איך הער אז דו ביסט גיט, דערמאנסט מיך פון יענער וואס האט זיך בארימט אין קרעטשמע אז ער האט אינוועסטירט צעהן דאלער אויף א פלאץ אין ער האט ארויסגענומען איבער הונדערט טויזענט דאלער!
אזוי?! דער עולם ווערט ווילד, געב ארויס דעם סוד לאזען אנדערע אויך הנאה האבן.
'עטץ פארשטייטס נישט' זאגט ער, איך האב אינוועסטירט 10 טאלער אויף א פלאץ יענץ האב איך גראדע פארלוירן, ערגעץ אנדערש האב איך אייגעשטעקט $80,000 דארט האב איך געלייזט $100,000 .
דו הערסט נאך אלס?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 26, 2007 12:00 pm
דורך איך_הער
נעבאדע העריך, דער פון אויבן זאל העלפן ווייטער אויך.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 26, 2007 3:59 pm
דורך בני היכלא
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 22, 2008 10:15 am
דורך מיללער
ווי פאסיג איז היינט דער אשכול, נאכ'ן נישט האבן די זכיה פאר א צייט אפשניט 'למיחזי זיו', האמיר זוכה געווען 'בזעיר אנפין' 'דבי מלכא בגילופין'.
'אתקינו סעודתא דמהימנותא' לאמיר מאכן א סעודה קטנה לכבודו, 'יהון הכא בהאי תכא' לאמיר דא ביי דעם געלעגהייט מתפלל זיין, ליידער דערווייל איז 'אדומי העוצר' דער יצה"ר איז מעצר דעם רבי'ן פון זיין דא בשלימות כבשנים קדמוניות, אבער 'שהשלום שלו' דער גרויסער באשעפער דער עושה שלום, 'ישים עלינו' זאל אויף אונז ברענגען 'חיים וברכה' (דאס ברויך דאך נישט קיין הסבר, יעדער קען אים דאך.......)
'על מי מנוחות ינהלינו' דער רבי זאל אונז פירן ווייטער, 'במעגלי צדק' אויף די ריכטיגע רעלסן, 'שבתך ומשענתך המה ינחמונו' דיין צוריקער פון צייט-צו-צייט און דיין אונטערלענונג וואס דאס גיבט אונז, איז א נחמה פורתא, מיר בעטן אבער 'תערוך לפני שולחן' עס זאל שוין זיין א געהעריגער טיש כשלחן הערוך ומוכן לפני האדם, 'לאורך ימים' אמן כן יה"ר.
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 22, 2008 12:12 pm
דורך אלעקסיי
ברוך הבא בשם ה'
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 22, 2008 4:41 pm
דורך יענטאאש
סינאך דא פיש?!.... כ'מיין, דער רבי איז נאך דא???...
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 22, 2008 4:43 pm
דורך אנדי פעטיט
ביי מיר זענען די כיסופין נאך נישט פארקלענערט געווארען, ווילאנג די רבי וועט נישט באזוכען אין די באר.
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 22, 2008 5:25 pm
דורך קרעמער
די כיסופין ווערן אלץ גרעסער און גרעסער, בפרט נאכדעם וואס ער באווייזט זיך און באהאלט זיך ווידער, בבחינת גליא ולא גליא, גלי וכסי.