Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

בני היכלא, דכסיפין למחזי זיו

דינסטאג יולי 10, 2007 6:00 pm

עס איז שוין צוויי טעג וואס אוינזער אלעמען באקאנטער בני היכלא האט איינגענומען א זעלטענע שווייגעניש, בשם כל הקהל וויל איך אייך בעטן יהון הכא בהאי תכא ווי עס איז דבי מלכא מאן מלכי רבנן בגילופין, באווייז דיך נאכאמאל צבו לחדא בהאי ועדא.

ומכאן הכרוז יוצאת, ווער ס'האט אן השפעה אויף הרב היכלא זאל אנווענדן אלע מיטלען אים צוריקצוברענגן, ס'איז רבים צריכין לו כ'ווייס אפשר דארף מען זעצן א בי"ד צו מ'זאל אים נישט כופה זיין.

רבותי שליסט אייך אן אינעם אפיעל, ס'איז א חובת השעה!

החותם בכאב לב,

יעקב דוב מיללער פה קרעטשמע יצ"ו

Advertisement

דינסטאג יולי 10, 2007 6:04 pm

אנגעשלאסן.

דינסטאג יולי 10, 2007 6:06 pm

כמיללער ואיך הער לקרא, שטעל איך זיך צו צום יערליכען אפיעל,

בני היכלא, ווי ביסטו ?

(און מיללער, ווי ביסטו ? מ'הערט כמעט נישט פון דיר!)

דינסטאג יולי 10, 2007 6:07 pm

דא בין איך, מ'קען דא נישט פון מיר הערן אויב עפעס קענסטו ליינען און מגיב זיין.

דינסטאג יולי 10, 2007 10:05 pm

איך שליס מיך פעסט אן,
געטייטענד די סיט בעלט און מען איז אנגעשלאסען, וואו הייבט מען אן?
ווער נעמט וועלעכע זייט?

דינסטאג יולי 10, 2007 10:12 pm

איך פארשליס מיך אויך.

דינסטאג יולי 10, 2007 10:16 pm

מאשקע, לאז נאך אביסל, ס'איז צו טייט.

דינסטאג יולי 10, 2007 10:21 pm

צוריק צום נושא,
האט איינער דא געזעהן איך הער? כ'מיין היכלא'ן

דינסטאג יולי 10, 2007 10:29 pm

איך האב היינט זוכה געווען צו כאפן א שיינע טשעט מיט בני-היכלא אויף גוגעלע, זאת אומרת אז ער לעבט נאך.

איי פארוואס שרייבט ער נישט? מסתמא ווייל מיללער האט שוין לאנג נישט אויפגעברענגט אן איבעיא אין בית המדרש!

דינסטאג יולי 10, 2007 10:57 pm

איך שליס מיך אן בפה מלא,
אינעם אפיעל רוף צו בני היכלא,
להחיות האי חבורתא,
בהיימישע קרעטשמתא,
'בני היכלא' דכסופין,
דערהער שוין די פארצווייפלטע רופן!
(עת לעשות לקרעטשמע הפרו כללי גראמען'תך).

דינסטאג יולי 10, 2007 11:00 pm

i participate too

דינסטאג יולי 10, 2007 11:14 pm

מי אנכי? אבער עת לעשות ל'קרעטשמע וועל איך מיך אויך אנשליסן, איך געב א תגובה צום אפיעל, דורך'ן יאר קען זיין אז איך וועל צוגעבן.

בני בני בני חביבי....קום און זיי אונז מהנה.
לעצט פאראכטן דורך דרך אגב אום מיטוואך יולי 11, 2007 9:13 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

דינסטאג יולי 10, 2007 11:26 pm

לעצט פאראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 12:43 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

דינסטאג יולי 10, 2007 11:31 pm

מורא'דיג שיין געענפערט, זייער זיס. איך גלייך זייער דיין סטיל פון שרייבן.

דינסטאג יולי 10, 2007 11:31 pm

קוקטס נאר וואס איין בריוועלע קען אויפטון!

מיטוואך יולי 11, 2007 8:50 am

א הארציגען ישר כח פאר אלע באטייליגטע, ב"ה תפלות ישראל עשתה רושם, אפי עס איז יעצט און א בחינה פון ויטמרון בגו כפין, האפט מען אז נאכדעם וואס מ'וועט זוכה זיין צום לבטלא בכל קליפין וועט אי"ה זיין שהשלום שלו ישים עלינו חיים ברכה ושלום אבי מ'לעבט איך מיין אבי עד שר שלום.

קרעמער, ידיד נפש.

מיטוואך יולי 11, 2007 9:20 am

ב"ה, עס האט זיך אלעס גענדיגט בכי טוב, מען איז אפגעקומען מיט בלויז שרעק,
בני הכלא, טעיק יור טיים, רוה זיך גוט אויס און קום אהיים מיט פרישע כוחות,

מיללער, ווער זינגט קלמנ'ס טאטע ? (קל מסתתר)

מיטוואך יולי 11, 2007 11:54 am

ב"ה אבי ער לעבט אפילו ער איז און א מצב אז ער קען נאר שרייבען ענגליש אבער ב"ה ער איז דא

מיטוואך יולי 11, 2007 5:25 pm

בינעך אנגעקומען שוין נאכן בענטשן...

פארשפארט מיין קול קורא צו בני היכלא'ן, און הנאה געהאט צו הערן דעם שוב אשיב. בא יבוא ברנה. ובצפיותינו צפינו.

מיטוואך יולי 11, 2007 5:30 pm

צו דעם דארף מען זיך אויך מצטרף זיין, ווייל אויב, בין איך מיך מצטרף צו די שכוחות פונעם גאנצן עולם דא.

מיטוואך יולי 25, 2007 3:41 pm

ברוכים הבאים בשם ה'!

נאך וואכן, וואכן, פון גרויסע כיסופין למחזי זיו דזעיר אנפין, פון האי גברא רבא, מורינו בני היכלא, טוען מיר דא אויסשרייען מיט א פריידיג געזאנג, "זה היום עשה ה' נגילה ונשמחה בו בחכמתו ובתורתו".

ובקשתינו שטוחה מול הדר"ג: "אנא אל תעזבינו לאורך ימים", טוה דאס נישט נאכאמאל צו אונז, פארלאז אונז נישט אויף אזא לענגערע תקופה.

מיטוואך יולי 25, 2007 4:17 pm

מיר האפן אז די בני היכלא האבן זיך אויסגערוהט און אנגעשעפט פרישע כוחות און מוחות משפיע צו זיין פאר די עדת מי מנה אלעס וואס זיי קענען פארנעמען, און נאך מער.

מיטוואך יולי 25, 2007 4:51 pm

יא יעצט איז עס דערווייל למיחזי זיו נאר בזעיר אנפין, אבער מיר האפן אז יהון הכא בהאי טאקע טאקע דא ביי אונז ווייל אזוי גם כי אלך בגיא איז דאך לא אירא ווייל אתה עמדי, אך טוב בלייב דא לאורך ימים.

אגב ס'איז בבואו מאדום חמוץ בגדים?

מיטוואך יולי 25, 2007 8:57 pm

לעצט פאראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 12:44 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

מיטוואך יולי 25, 2007 9:05 pm

דאס איז נישט פון די זעלבע היכלא משפחה? איך האב געוואוסט אז זיי זענען ערשטע געשוועסטער-קינדער, און אויף זיי גייט ארויף די בני היכלא פון של"ס.
שרייב א תגובה

Advertisement