בלאט 41 פון 43

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 16, 2013 11:50 am
דורך msp
:wink:
אנעים זמירות האט געשריבן:עס דרוקט מיר שוין א לענגערע צייט און איך וויל פארשטיין. וואס איז פשט פון די אלע 'לאזונגען' (ליין: מליצות), הלמאי רובם ככולם זענען זינלאז און בכלל נישט לאכעדיג. על הראשונים אנו מצטערים אויף די וואס האבען אריינגעווארפען נארישע מליצות אין זייערע ארטיקלען, ואתה בא ומוסיף לזכרון עולם?

איך וויל נישט אנכאפען קיין דוגמאות פון די נארישע ווייל איך וויל נישט קיינעם פערזענליך טשעפען, ווי אויך רבים הם ואי אפשר לפורטם, נאר בלויז ברענגען עטליכע געלונגענע מליצות שמא יזכה יבחין.

זאלוואסער האט געוואלט ארויסברענגען אז ער איז ווי געצווינגען צו שרייבען האט ער זיך באנוצט מיטען מליצה "מה עשה הפן שלא יכתוב". עס איז באזירט אויפען לשון חז"ל מה יעשה הבן שלא יחטא, און עס האט א משמעות.

שמעלקא טויב האט געוואלט ארויסברענגען ווי ער האט גערעדט צו איינעם אבער יענער איז געוועהן פארקאכט אינעם שמועס אויפען סעלפאון (מיטען בלוי-צאהן), האט ער געשריבען "געפאלען אויף בלויע אויערען." עס איז א יודישע מליצה על משקל 'טויבע אויערען' און עס האט א פשט.

משא"כ רוב אנדערע מליצות אין דעם בלאט (און אינעם אשכול) זענען פשוט פארגרייזטע ווערטער אהן קיין שום פשט אדער זין. ווען איך בין געוועהן קליין איז געוועהן פאני צו זאגען 'טשולענט עליכם', אבער ווי לאנג קען מען בלייבען ניין יאר אלט?


פון דעם דארף מען טאקע נישט מאכען קיין צימעס....
:wink:

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 16, 2013 12:39 pm
דורך אנעים זמירות
msp האט געשריבן::wink:

פון דעם דארף מען טאקע נישט מאכען קיין צימעס....
:wink:



;l;p- ;l;p- ;l;p-


ר' שמעלקא,

אלץ בחור פלעגט מען זאגען אויף מיר איך בין 'אינטרעסאנט', ב"ה היינט האלט עס שוין ביי אינטעליגענט...

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 16, 2013 12:39 pm
דורך ווינקל
טאקע מהאי טעמא איז דא דאהי מער ווי איין אשכול, כשם שפרצופיהן שונות כך דיעותיהן שונות.

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 18, 2013 11:52 am
דורך לכאורה
בלעקבערי פען האט היינט געוואונטשן פאר צוויי שרייבער:

ענק זאלען אייביג זעהן אסאך אידיש וועלט נחת

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 21, 2013 9:33 am
דורך אויפריכטיג
יוראפ האט געשריבן:איך האב אמאל ארויסגעהאלפן א חשובע רב זז"ג ארויסצוגעבן א ספר
ער האט געשיקט זיינע חידושים פאר א גאר געלונגענם שרייבער און יענער האט געניצט גאר אסאך מליצות אויף אזא אופן ווי אנעים האט ארויסגעברענגט
ס'איז טאקע געווען זייער שיין און אינטערסאנט אבער דער רב האט דאס אלעס ארויסגעקאפעט צוליב אנעימ'ס סיבה

דאס איז פארשטענדליך, ווייל ווען מען לערנט א ספר מיט מליצות און מען ווייסט אז דער ארגינעלער בעל מחבר איז נישט פון דעם קאליבער האט עס נישט קיין שיינעם איינדרוק.

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 21, 2013 9:41 am
דורך msp
אומר ושויסע
קרעדיט סאכדעס

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 22, 2013 11:41 am
דורך דער תהילים איד
מילער האט געשריבן:אבימעטייפט

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 22, 2013 6:30 pm
דורך geek
שטרוי האט געשריבן:בלויז כדי לסבר את (ה'הויזן) האוזן.

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 22, 2013 6:41 pm
דורך שמעק_טאביק
שוין געשטאנען?

המתחיל בשמוץ-וועש אומרים לו חמור...

קרעדיט: מאשקע.

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 30, 2013 9:00 am
דורך תרגום יונתן
מוישע_יאכעס אין אימעיל האט געשריבן:א רעכטס ביטע

אנשטאט א לינק ביטע.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 07, 2013 7:10 pm
דורך שמעק_טאביק
עושה מעשה צימרינג ומבקש שכר כספינקא.

קרעדיט: יענטאאש
viewtopic.php?p=402964#p402964

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 14, 2013 11:42 am
דורך מומחה עצום
ווי א זאלץ אויפן וואסער

זאלץוואסער

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 14, 2013 8:18 pm
דורך תרגום יונתן
viewtopic.php?p=661546#p661546
זאלץוואסער האט געשריבן:מענטשן קרעכצן גרופע'ס

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 15, 2013 12:05 am
דורך לוי יצחק
קומענדע דינסטאג דארף צו זיין א הערינג (נד"פ)
קרעדיט: שאינו יודע

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 15, 2013 12:14 am
דורך לוי יצחק
מיין נאכט איז געווארען פארוואנדעלט פון א יבש ביבש צו א לאך בלאך
קרעדיט: אנעים זמירות

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 28, 2013 10:27 pm
דורך גוגל
כמובא בלכתחילה המבואר
קרעדיט דער תהילים יוד

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 21, 2013 10:15 am
דורך תרגום יונתן
פון אמ"ג:
צום זאך האט געשריבן:אין קטיגור נעשה סנייפער.
מוישע יאכעס האט געשריבן:מביא מגילה לגולם.

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 03, 2013 5:38 pm
דורך לכתחילה אריבער
"על ראשון קישן ועל אחרון חריין"

שמעלקא דא:

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 10, 2013 9:06 am
דורך סאכדעס
אנעים זמירות האט געשריבן:עס דרוקט מיר שוין א לענגערע צייט און איך וויל פארשטיין. וואס איז פשט פון די אלע 'לאזונגען' (ליין: מליצות), הלמאי רובם ככולם זענען זינלאז און בכלל נישט לאכעדיג. על הראשונים אנו מצטערים אויף די וואס האבען אריינגעווארפען נארישע מליצות אין זייערע ארטיקלען, ואתה בא ומוסיף לזכרון עולם?

איך וויל נישט אנכאפען קיין דוגמאות פון די נארישע ווייל איך וויל נישט קיינעם פערזענליך טשעפען, ווי אויך רבים הם ואי אפשר לפורטם, נאר בלויז ברענגען עטליכע געלונגענע מליצות שמא יזכה יבחין.

זאלוואסער האט געוואלט ארויסברענגען אז ער איז ווי געצווינגען צו שרייבען האט ער זיך באנוצט מיטען מליצה "מה עשה הפן שלא יכתוב". עס איז באזירט אויפען לשון חז"ל מה יעשה הבן שלא יחטא, און עס האט א משמעות.

שמעלקא טויב האט געוואלט ארויסברענגען ווי ער האט גערעדט צו איינעם אבער יענער איז געוועהן פארקאכט אינעם שמועס אויפען סעלפאון (מיטען בלוי-צאהן), האט ער געשריבען "געפאלען אויף בלויע אויערען." עס איז א יודישע מליצה על משקל 'טויבע אויערען' און עס האט א פשט.

משא"כ רוב אנדערע מליצות אין דעם בלאט (און אינעם אשכול) זענען פשוט פארגרייזטע ווערטער אהן קיין שום פשט אדער זין. ווען איך בין געוועהן קליין איז געוועהן פאני צו זאגען 'טשולענט עליכם', אבער ווי לאנג קען מען בלייבען ניין יאר אלט?

אוי האב איך פארפאסט, דער אנעימ'ל האט שוין יאנואר דעם זעכצענטער אראפגעשאסן דא א זאכליכע תגובה, און איך בעניי, האבעס נישטאמאל באמערקט, ומי יבוא אחר קנישעס? ווער קען נאך אנעימ'ל זיך וואגן צו זאגן א ווארט? דערעמעסן אריין, ער וויל באמת קיינעם נישט טשעפען, הלמאי, טשעפן א איד?! חלילה וחוזר, און בעיקר אויך עס איז רבים הם, עס איז מערערע אידן, איז וועט אנעימ'ל אין זיין לעבן נישט טשעפן. קודם איז דאך אין דרכו בקראך, ער קראכט נישט אזוי, ער האט זייער אן איידל שפראך ער צעלאזט נישט די פענע אין די וועלט אריין, א ווארט וואס ווערט ארויסגעגליטשט פון אנעימ'לס קיבאורד, האט אין זיך אן אינטעליגענטע אריסטאקראטישע משמעות, און אויב שוין אמאל א מליצה, איז עס כמתוק מזפת (גוטע מליצה?) ארויסגעברענגט א בחינה פון מה יעשה הפויער שלא יחשוב, וואס זאל דען דער חכם טראכטן? דאס איז לגבי טשעפן.
ווען עס קומט צו למשל זאגן זאכן וואס די צייט אדער דער הכרח איז נישט מגלח, דאן איז שוין אן אנדער מעשה, נעמט אנעים אראפ די ווייסע שלייקעס, און לאזט זיך וואוילגיין אזש עס קומט א רויעך. דאן איז מען שוין נישט קיין ניין יעריגס, נאו נאופס, דאן פירט מען זיך מעשה ערוואקסענער, און מ'זאגט וואס ליגט אין כרס, אן קיין שום צוריקהאלט חלילה. נישט דא קיין אריסטאקראטיע, נישטא קיין דיפלאמאטיע, און אוודאי נישט קיין אינטעליגענץ, דער אמת 'מוז' ארויסקומען יהי' מה שיהי'.
אלזא דאס איז א בילד פון א איד וואס זיינע מדות זענען געוואויגן און געמאסטן, יעדע מדה האט זיך זיין פלאץ, זאכן געשעען נישט אזוי פאצעריש ווי ס'רוב מליצות דא אינעם אשכול. יעדע זאך איז אויסגערעכנט און אויסגע'חשבונ'ט במשקל במיטוואך מיט א לאך אין קאפ.

איז הארך אויס אנעימ'ל, נאכ'ן לייענען דיין היי-סטיל תגובה, בינעך געקומען צו די הכרה, (א שאד איך האבעס נישט געליינט פריערט.) אז אונזער קרעמל איז בכלל נישט דיין פלאץ, מיר טוען רעספעקטירן אייער הויכן שטאנד, מיר זענען אבער דוקא זייער יא צופרידן פון אונזערע נארישע ניין יעריגע דזשאוקס, ווי למשל טשולענט אלייכען, (הי הי הי, כ'לאך אליינס פון די דזשאוק.) און איך מיין אז אסאך הארץ עסענישן וואלט איר זיך געשפארט ווען איר וואלט פארשפארט איי-וועלט אויף אייער אינטערנעט פילטער, און אונז וואלט מיר זיך נישט געשפירט אזוי קליין קלענער פון מורישקעס קעגן אייך.

פון סאכדעס וואס שפירט דיין צער.

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 10, 2013 9:20 am
דורך תרגום יונתן
סאכדעס האט געשריבן:ומי יבוא אחר קנישעס?
סאכדעס האט געשריבן:אין דרכו בקראך
סאכדעס האט געשריבן:כמתוק מזפת
סאכדעס האט געשריבן:מה יעשה הפויער שלא יחשוב
סאכדעס האט געשריבן:במשקל במיטוואך מיט א לאך אין קאפ

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 10, 2013 9:21 am
דורך תרגום יונתן
און פארשטייט זיך:
אנעים זמירות האט געשריבן:טשולענט עליכם

חחח חחח, געקראכט א גוטס!!!

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 10, 2013 10:10 am
דורך אנעים זמירות
שקויעך אויפען הספד ר' דיין. אשרי מי שלא נספד כהלכה.

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 10, 2013 10:15 am
דורך שנאפס
תרגום יונתן האט געשריבן:און פארשטייט זיך:
אנעים זמירות האט געשריבן:טשולענט עליכם

חחח חחח, געקראכט א גוטס!!!

:lol:

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 10, 2013 11:59 am
דורך סאכדעס
אנעים זמירות האט געשריבן:שקויעך אויפען הספד ר' דיין. אשרי מי שלא נספד כהלכה.

האסטעך געלאזט, הא? א נארישע מליצה האסטו געשריבן...

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 10, 2013 12:17 pm
דורך ידיד
ער וויל נאך דא בלייבן, ממילא מוז ער שרייבן נארישע מליצות...