בלאט 1 פון 1
מיין בליק פון איבערן אויווען.
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 29, 2014 2:40 pm
דורך אסותא
עס העט באלד דא זיין. עס האט זיך בטעות געשוקט אימיטן שרייבן. ביטע זייט מיר מוחל.
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 29, 2014 2:44 pm
דורך לכתחילה אריבער
WOW WOW WOW !!! מייסטערהאפטיג! כ'האף דו האסט ערגעץ א שרייב פאסטען.
(דאס איז אפ' אן די תוכן.....)
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 29, 2014 3:08 pm
דורך ווייסעך וואס
לכתחילה אריבער האט געשריבן:WOW WOW WOW !!! מייסטערהאפטיג! כ'האף דו האסט ערגעץ א שרייב פאסטען.
(דאס איז אפ' אן די תוכן.....)

אייביג מוזטו זיין גוט ?
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 29, 2014 3:12 pm
דורך נשמה
אה אה אה אה אהפטשו
נו?
אסותא
כ'קען קוים ווארטן...
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 30, 2014 4:01 pm
דורך גלייכגילטיג
פון אונטער'ן אויווען האב איך שוין געהערט אבער איבער'ן?
גיב שנעל ארויס די סחורה. איך רעזערוויר דעם פלאץ וואו איך וועל שרייבן מיין תגובה נאכדעם וואס עס גייט ארויף.
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 30, 2014 4:04 pm
דורך זאכליך
רעזעווירט מיין פלאץ.
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 30, 2014 4:30 pm
דורך אַבּערוואַס
ס'איז די פיצא וואס ווארימט זיך העכער'ן אויוון?
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 30, 2014 6:30 pm
דורך נשמה
אסותא וואס קענסטו שוין שרייבן מיין בליק איבער אויווען אלץ א משל
לאמיר זעהן
לאמיר פרובירן צו פארשטיין דיין אויווען
איך קען נישט כאפן וואס האסטו אזוי געטראפן מיטן אויווען
וואספארא פאעזיע האסטו מיטן אויווען איינגעזעהן. און אויווען איז דאך נישט מער ווי טעקניק, ס'ברענגט נישט ארויס עפעס טיפער. אן אויווען האב איך אינדערהיים. אן אוויווען וואס ליגט מיר איך קאך. אן אויווען וואס אלעמאל איך באק דארט, אן אויווען און אויווען, אוי אויווען אויווען ווען דו זאלסט ווען קענען פארציילן וויפיל זאכן זענען שוין אויף דיר דורך. יעדע מאכל וואס ווערט געבאקן אין דיר, ווען דו וואלסט ווען געקענט פארציילן די מאמענטן וואס יעדע קעיק, יעדע חלה'לע, יעדע פליישעלע האט צו פארציילן, און די אידענע עפענט אויף די אויווען און רעדן צו די שכנה-חבר'טע-מאמע-שוועסטער- ווערט דאך איינס מיטן אויווען. די האנטוכעל אויפן אקסעל, קינדער רוקטס ענק אין א זייט, די אויווען ווערט געעפענט און מ'נעמט ארויס א געבאקענע קעיק, און קעיק און קעיק מיט גרויס האפענונג האב איך דיר געמאכט און מיט תפלה דיך אין אויווען אריינגעשטעלט, געהאפט און געבעטן און געגארט זאלסט אויסקומען גוט, און יעצט קעיק האסט דיך פאר א נייער יצירה אהער געשטעלט, ס'איז דיך טאקע געווען שווער,ביסט געווען פארשלאסן, הייס, און נישט מיטגעהאלטן וואס ס'טוט זיך אינדרויסן פון דיין באקס, וואס קען איך דען טון טראכטסטע צו דיך, מ'האט מיך דא אריינגעשטעלט, און איך ווער אפגעבאקן,
א בליק פון העכערן אויווען
וואס האט דער אסותא געקענט דערמיט מיינען.
א בליק, א בליק איז פאעזיע, פון העכערן, קומט דערמיט אנדייטן א פלאץ פון וואו מ'בליקט, וואס דארט טוט מען זאכן זעהן מיט אן אנדערן קוקווינקל, און יעצט העכערן אויווען, דהיינו אז די פלאץ איז געווען העכערן אויווען.
אויווען אויווען פארצייל מיר וואס דו האסט מיט אסותא אזוי אין יחס.
וואס האסטו דעם אסותא אזוי ערוועקט די טיפעניש פון זיין נשמה.
און פארשטייט זיך אז אויווען מיינטסטו נאר דעם סימבאל אויווען, ווייל איך גלייב נישט האסט דיך טאקע ארויפגעשטעלט אויפן נארישן אויווען אין דיין קאך.
אלא מאי אלא מאי. וואס קען דאס מיינען דער אויווען
א בליק העכערן אויווען
א בליק העכערן אויווען
א סוד וואס מיר אלע ווארטן צו הערן פון אסותא וואס האט ער פון יענעם קוק ווינקל געזען און געפילט פארשטאנען און געליד.
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 30, 2014 11:04 pm
דורך זאכליך
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 30, 2014 11:09 pm
דורך א גראם מיט טעם
פארוואס נישט צונאם לייגען
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 01, 2014 8:23 am
דורך געלעגער
אויב שטעלט מען עס צוזאם גייט עס מאכן א צומישעניש אין די תגובות. לאז יענע אשכול און דאס קען גיין למנחות
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 01, 2014 8:49 am
דורך שוועמל
פארשטיי איך נישט,
אויב למנוחות זאל ענדערש יענס גיין אין מי מנוחות..
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 01, 2014 11:22 am
דורך אסותא
שוועמל האט געשריבן:פארשטיי איך נישט,
אויב למנוחות זאל ענדערש יענס גיין אין מי מנוחות..
אה, די רעדסט פון יענע בלעטער וואס דער קרעטשמער האט אפאר מאל ארויסגעברענגט?..וואס איז יענס טאקע?...