Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

דינסטאג אפריל 29, 2014 9:01 am

נשמה האט געשריבן:מיין בני בית ווייסט גארנישט חס ושאלעכץ.
כאטשיק זי ווייסט אז איך בין א נשמה

נשמה האט געשריבן:מיין ווייב קען אלע מיינע ני'קעס


איך בין צומישט...

Advertisement

דינסטאג אפריל 29, 2014 9:52 am

זאל ער קומען האט געשריבן:כ'גלייב אז יעדער וואס האט א מיינונג אין אייוועלט האט א מיינונג אין ריעל לייף אויך. יעץ, אויב איז איינער באקוועם מיט אויסשמועסן זיינע אנשויאונגען אינדערהיים און עס ווערט פארשטאנען און געשעצט סייווי, דארף לכאורה נישט זיין קיין דראנג מיטצוטיילן אינדערהיים דאס געשריבענע, אבער ס'דארף נישט שאדן, ווייל אויב ווערן זיינע מיינונגען געשעצט, וועט דער באשלוס צו שרייבן דא אויך געשעצט ווערן.

ווידער אויב איז מען אינדערהיים - ח"ו פאר קיינעם געוואונטשן - אזא באלעבאס ווי ר' זיש דער ראש הקהל פון ר' יו"ט עהרליך'ס טעיפ - וואס ווען דער רב און גבאי זענען געקומען צו אים אויף קידוש און האבן אים געטראפן זיצן אונטער'ן טיש… ווען די רביצין לויפט אים נאך מיט א בלעכענעם טאפ... האט ער ארויסגעשריגן: ביי מיר אין שטוב בין איך באלעבאס! איך קען זיצן וואו איך וויל… קען זיין אז מיט'ן ווייזן אין שטוב די קאמפלימענטס וואקסט מען ביי זיך זעלבסט, און אויך (אפשר אויטאמאטיש) ביי די אויגן פון די פעמעלי מעמבערס.
ווידער קען זיך מאכן אז מען מיט דעם לייגט מען נאך צו זאלץ אויף די וואונדן… דו פארברענגסט די צייט מיט שטותים והבלים… אפאר אנאנימע מענטשן פרייען זיך דארט צו דיינע נארישקייטן…. ווען זיי וואלטן געוואוסט ווער דו ביזט…

דריטע מציאות, אז דאס גאנצע אייוועלט געקומעכץ איז באמת נאר פאר ערליכקייט און אידישקייט, נישט צו פאשען אין פרעמדע פעלדער, און זיין אפגעהיטן מכל שוד ושבר. דעמאלט לכאורה איז עס באמת אן עפטער-טאוט. ווייסטו ווייס, ווייסטו נישט, ווייס ניש. סיניש קיין זאך וואס האט באמת מיט קיינעם. ס'האט אזא געוויכט צו זיי ווייסן אז איך לערן משניות מסכת מכשירין יעצט.

אני כשלעצמי גארגל זיך ביי מיר שטוב ווען אימער ס'ווערט נאר שטיל… כ'האב כסדר פרישע מיינונגען, און אסאך מאל פארקערט פון נעכטן און מארגן, און דער אייוועלט איז א זייער גוטע אוטלעט. ס'ווערט קיינמאל נישט זאט. (דער עולם אין אייוועלט …….. האט די שאנס צו היפערן, כיפערן, דו כיפער!…). אבער כאניש קיין פראבלעם מיט גילוי ביי מיר אין שטוב. כ'אנישט געטשעקט די תקנות, אבער ביי מיר אין שטוב בין איך באלעבאס…


דעמאלס איז צרות ווייל אויף אייוועלט ווייזט מען דיר אויף שריפטליך וואס דו האסט נעכטן געזאגט...

-

מיטוואך אפריל 30, 2014 8:57 am

אינדערהיים ווייסט מען מיין ניק, אבער נאר אינדערהיים, ח"ו מיין טאטע/מאמע שוועסטער/ברידער :wink:

דינסטאג יוני 10, 2014 1:44 pm

מיין ב"ב ווייסט מיין ניק, (נישט אז עס מאכט איר אויס צי איך הייס להגדיל צי געלעגער) און מיינע עלטערען ווייסען אז איך שרייב אבער ווייסען נישט מיין ניק.

דינסטאג יוני 10, 2014 1:49 pm

א-וואס?

דינסטאג יוני 10, 2014 1:54 pm

וויזוי באקומט מען דעם ביפער?

דינסטאג יוני 10, 2014 1:58 pm

מומחה'ס קרעדיט

דינסטאג יוני 10, 2014 2:04 pm

מיין ב"ב ווייסט עס, און זי האט הנאה פון די היגע ארטיקלען

דינסטאג יוני 10, 2014 2:06 pm

געלעגער האט געשריבן:מומחה'ס קרעדיט

וואס מיינסטו צו זאגן?

דינסטאג יוני 10, 2014 2:12 pm

געלעגער האט געשריבן:א-וואס?

איך בין פלעין דזשעלעס...

דינסטאג יוני 10, 2014 2:16 pm

הוי די ביפערס פייפן דא אינגרויסן

דינסטאג יוני 10, 2014 2:17 pm

פיטום האט געשריבן:מיין ב"ב ווייסט עס, און זי האט הנאה פון די היגע ארטיקלען

זעה זי זאל הנאה האבן פון פיטום'ס ארטיקלן אויך

דינסטאג יוני 10, 2014 2:18 pm

"לכאורה" האט זי הנאה, זי זאגט דאך די שבחים לפני נאר מקצת!!!
שרייב א תגובה

Advertisement