Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

איז אייער ניק א סוד אינדערהיים?

מאנטאג אפריל 28, 2014 9:16 pm

שלא כדרכי עפען איך אן אשכול צו וויסען דעתם של בני הקרעטשמע כל אחד ב'ניק'ו הטוב יבורך ,דהיינו:

א) ווייסט אייער בני בית אז איר שרייבט אויף איי וועלט

ב) און אויב יא קענען זיי אייער ניק

ג) ועל כולם געט איר זיי צו ליינען אייערע ארטיקליך וואס איר האט געשריבען דא

יעך וויל נישט עפענען קיין אנקעטע אויף דעם, נאר זיך אביסעל אויסשמיעסען צווישען חברים דא אויפען וועלט'ל
אני לעצמי האט לעצטענס אויף געדעקט מיין פרצוף נאכען געבען צו ליינען אפאר שטיקלעך ...

Advertisement

מאנטאג אפריל 28, 2014 9:25 pm

מיין בני בית ווייסט גארנישט חס ושאלעכץ.
כאטשיק זי ווייסט אז איך בין א נשמה

מאנטאג אפריל 28, 2014 9:26 pm

מיין בני בית ווייסט און ס'שטערט איר אז איך בין נישט גרין אדער רויט, זי זאגט אז איך טויג אויף גארנישט.

מאנטאג אפריל 28, 2014 9:29 pm

זאג איר אז אין חדר האט מען דיך אלעמאל געהערט
והנה און נון

מאנטאג אפריל 28, 2014 9:42 pm

זי ווייסט אז איך לייען, אבער שרייבען בשום אין אופן.

מאנטאג אפריל 28, 2014 9:44 pm

זי ווייסט אז איך שרייב, אין איך געב איר צי ליינען וואס איך האב הנאה

מאנטאג אפריל 28, 2014 9:47 pm

אש קודש האט געשריבן:זי ווייסט אז איך שרייב, אין איך געב איר צי ליינען וואס איך האב הנאה

רט
זי ווייסט אויך אז אייוועלט האט מיר שוין גאר אסאך געהאלפן ברוחניות ובגשמיות.

ביידעוועי, כ'מיין ס'איז שוין דא אזא אשכול ערגעץ.

מאנטאג אפריל 28, 2014 9:55 pm

זי ווייסט און איז צופרידן

מאנטאג אפריל 28, 2014 9:59 pm

זי ווייסט און איז צופרידן צומאל געב איך איר צו ליינען מיינע ווערק.

מאנטאג אפריל 28, 2014 10:02 pm

derech eretz האט געשריבן:
אש קודש האט געשריבן:זי ווייסט אז איך שרייב, אין איך געב איר צי ליינען וואס איך האב הנאה

רט
זי ווייסט אויך אז אייוועלט האט מיר שוין גאר אסאך געהאלפן ברוחניות ובגשמיות.

ביידעוועי, כ'מיין ס'איז שוין דא אזא אשכול ערגעץ.

מאנטאג אפריל 28, 2014 10:05 pm

מצב כללי האט געשריבן:זי ווייסט און איז צופרידן צומאל געב איך איר צו ליינען מיינע ווערק.

מאנטאג אפריל 28, 2014 10:11 pm

green האט געשריבן:זי ווייסט און איז צופרידן

כ'האב נישט קיין אייגענע ווערק צו ווייזן...

מאנטאג אפריל 28, 2014 10:12 pm

א גראם מיט א טעם, אז דו פרעגסט שוין יא, טייל מיט מיט'ן עולם דיינע ספיקות, נייגונגען, צדדים לכאן ולכאן פארוואס מ'זאל אדער נישט מגלה זיין ביי זיך אין שטוב איבער די אייוועלט אקטיוויטעטן.

פארוואס? ווייל סתם אזוי יא אדער ניין קען באמת מיינען די זעלבע זאך….

- חס ושלום, זיכער נישט! (פארוואס? ווייל כ'ציטער פון איר…).

- יא, זיכער! (פארוואס? ווייל איך ציטער פון איר… אז זי עט מיר אמאל כאפן ביי די מעשה און איך על איר נישט האבן אויסגעזאגט…).

מאנטאג אפריל 28, 2014 10:17 pm

viewtopic.php?p=2436#p2436
לעצט פאראכטן דורך לוי יצחק אום מאנטאג אפריל 28, 2014 10:33 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

מאנטאג אפריל 28, 2014 10:28 pm

זאל ער קומען האט געשריבן:א גראם מיט א טעם, אז דו פרעגסט שוין יא, טייל מיט מיט'ן עולם דיינע ספיקות, נייגונגען, צדדים לכאן ולכאן פארוואס מ'זאל אדער נישט מגלה זיין ביי זיך אין שטוב איבער די אייוועלט אקטיוויטעטן.

פארוואס? ווייל סתם אזוי יא אדער ניין קען באמת מיינען די זעלבע זאך….

- חס ושלום, זיכער נישט! (פארוואס? ווייל כ'ציטער פון איר…).

- יא, זיכער! (פארוואס? ווייל איך ציטער פון איר… אז זי עט מיר אמאל כאפן ביי די מעשה און איך על איר נישט האבן אויסגעזאגט…).


א צד אויף יא יעדע מענטש האט נאטירלעך ליב צו באקומען א קאמפלימענט און אויב דעס עט הייבען זיין רעספעקט אין שטוב אז ער שרייבט גוט, האט גוטע מיינונגען און אנדערע מענטשען ענדזשויען וואס ער שרייבט עט עס בויען די מצב אין שטוב

די צד אויף נישט ,עם... ענד אוו דע דעי נשים האבען דאך די תשעה קבין און זי גייט פארציילען נאר פאר איר שוועסטער וואס פינקט ליינט אויך און פין דארט און ווייטער... ביז מע וועט דארפען טוישען דעם ניק אלס גילו

נישט אז דאס זענען מיינע ספיקות כ'האב נאר געברענגט צוויי צדדים יעצט זאלט איר רבותי ווייטער שפינען דעם שמיעס

מאנטאג אפריל 28, 2014 10:29 pm

און א שאלה צו די פרויען וואס ליינען דא, ווייסט אייער מאן אז איר ליינט דא?? און ווייסט ער אז איר האט אויסגעפונען זיין ניק??

מאנטאג אפריל 28, 2014 10:31 pm

די צד אויף נישט איז
אה פארדעם האסטו נישט קיין געלט...

מאנטאג אפריל 28, 2014 10:47 pm

כ'גלייב אז יעדער וואס האט א מיינונג אין אייוועלט האט א מיינונג אין ריעל לייף אויך. יעץ, אויב איז איינער באקוועם מיט אויסשמועסן זיינע אנשויאונגען אינדערהיים און עס ווערט פארשטאנען און געשעצט סייווי, דארף לכאורה נישט זיין קיין דראנג מיטצוטיילן אינדערהיים דאס געשריבענע, אבער ס'דארף נישט שאדן, ווייל אויב ווערן זיינע מיינונגען געשעצט, וועט דער באשלוס צו שרייבן דא אויך געשעצט ווערן.

ווידער אויב איז מען אינדערהיים - ח"ו פאר קיינעם געוואונטשן - אזא באלעבאס ווי ר' זיש דער ראש הקהל פון ר' יו"ט עהרליך'ס טעיפ - וואס ווען דער רב און גבאי זענען געקומען צו אים אויף קידוש און האבן אים געטראפן זיצן אונטער'ן טיש… ווען די רביצין לויפט אים נאך מיט א בלעכענעם טאפ... האט ער ארויסגעשריגן: ביי מיר אין שטוב בין איך באלעבאס! איך קען זיצן וואו איך וויל… קען זיין אז מיט'ן ווייזן אין שטוב די קאמפלימענטס וואקסט מען ביי זיך זעלבסט, און אויך (אפשר אויטאמאטיש) ביי די אויגן פון די פעמעלי מעמבערס.
ווידער קען זיך מאכן אז מען מיט דעם לייגט מען נאך צו זאלץ אויף די וואונדן… דו פארברענגסט די צייט מיט שטותים והבלים… אפאר אנאנימע מענטשן פרייען זיך דארט צו דיינע נארישקייטן…. ווען זיי וואלטן געוואוסט ווער דו ביזט…

דריטע מציאות, אז דאס גאנצע אייוועלט געקומעכץ איז באמת נאר פאר ערליכקייט און אידישקייט, נישט צו פאשען אין פרעמדע פעלדער, און זיין אפגעהיטן מכל שוד ושבר. דעמאלט לכאורה איז עס באמת אן עפטער-טאוט. ווייסטו ווייס, ווייסטו נישט, ווייס ניש. סיניש קיין זאך וואס האט באמת מיט קיינעם. ס'האט אזא געוויכט צו זיי ווייסן אז איך לערן משניות מסכת מכשירין יעצט.

אני כשלעצמי גארגל זיך ביי מיר שטוב ווען אימער ס'ווערט נאר שטיל… כ'האב כסדר פרישע מיינונגען, און אסאך מאל פארקערט פון נעכטן און מארגן, און דער אייוועלט איז א זייער גוטע אוטלעט. ס'ווערט קיינמאל נישט זאט. (דער עולם אין אייוועלט …….. האט די שאנס צו היפערן, כיפערן, דו כיפער!…). אבער כאניש קיין פראבלעם מיט גילוי ביי מיר אין שטוב. כ'אנישט געטשעקט די תקנות, אבער ביי מיר אין שטוב בין איך באלעבאס…

מאנטאג אפריל 28, 2014 11:01 pm

פאר דוקא האט געשריבן:
derech eretz האט געשריבן:
אש קודש האט געשריבן:זי ווייסט אז איך שרייב, אין איך געב איר צי ליינען וואס איך האב הנאה

רט
זי ווייסט אויך אז אייוועלט האט מיר שוין גאר אסאך געהאלפן ברוחניות ובגשמיות.

ביידעוועי, כ'מיין ס'איז שוין דא אזא אשכול ערגעץ.

מאנטאג אפריל 28, 2014 11:06 pm

זאל ער קומען
מן הסתם איז דא געלט הא?

דינסטאג אפריל 29, 2014 12:13 am

ביי מיר אין שטוב קען מען אלע מיינע ניקס, און מען ליינט פון מאל צו מאל וואס איך און אנדערע שרייבן.

דינסטאג אפריל 29, 2014 12:33 am

לכאורה האט געשריבן: אלע מיינע ניקס,

מיט דיר וועל איך מיך נישט אנפאנגען איי פראמיס

דינסטאג אפריל 29, 2014 12:43 am

מיין ווייב קען אלע מיינע ני'קעס

דינסטאג אפריל 29, 2014 1:40 am

מען ווייסט מיין ניק, און אז איך בין נהנה פון דעם מקום

דינסטאג אפריל 29, 2014 5:03 am

אז מען זעהט א שיינעם ארטיקל פון וואס זי קען הנאה האבן
און אז נאכדערצו איז מען דער בעל מחבר אליינס
פארוואס זאל זי נישט אויך הנאה האבן?
שרייב א תגובה

Advertisement