גריסן און שמועסן
מיטוואך אפריל 23, 2014 6:53 am
מיין מוטער האט זיך היי יאר אפגערעדט אויף די כשר לפסח זאלץ פון התאחדות אז עס איז נישט אזוי קריסטאלדיג ווי אלע יארן
האט איינער באמערקט דאס זעלבע
?
Advertisement
מיטוואך אפריל 23, 2014 8:25 am
דערפאר וואס עס איז סיע סאלט, נישט ראק סאלט ווי ביז איצטערט.
מיטוואך אפריל 23, 2014 8:36 am
גענוצט דאס יאר מיט אנאנדער הכשר, ס'איז גראדע געוועזן זייער קריסטאלדיג.
מיטוואך אפריל 23, 2014 9:40 am
עירמאנט'ער האט געשריבן:מיין מוטער האט זיך היי יאר אפגערעדט אויף די כשר לפסח זאלץ פון התאחדות אז עס איז נישט אזוי קריסטאלדיג ווי אלע יארן
איך פארשטיי נישט די אפגערעדעכטס, ס'מוז דען עפעס זיין קריסטאלדיג? דער עיקר אז ס'טוט די פעולה וואס זאלץ דארף צו טון, און ס'איז כשר לפסח.
מיטוואך אפריל 23, 2014 9:51 am
farshlufen האט געשריבן:דערפאר וואס עס איז סיע סאלט, נישט ראק סאלט ווי ביז איצטערט.
פארוואס טאקע
?
מיטוואך אפריל 23, 2014 9:53 am
שווער צו קריגן שטיין זאלץ
מיטוואך אפריל 23, 2014 10:09 am
דאס יאר עפעס שפעציעל?
מיטוואך אפריל 23, 2014 10:11 am
קרית יואל שחיטה האט דאס שוין געלאזט וויסן א צייט צוריק אז ס'דא פראבלעמען דערמיט און איז דערווייל נישט בנמצא.
מיטוואך אפריל 23, 2014 10:13 am
איז וואס נוצט מען דערווייל כשר צו מאכן?
מיטוואך אפריל 23, 2014 12:10 pm
ק"י שחיטה האט ארויסגעלייגט א צעטיל אפאר וואכען ציריק אז אזוי ווי עס איז נישטא קיין שטיין זאלץ גייען זיי טוישן בהסכמות הרבנים, עס איז זייער שיין אז זיי האבען מודיע געווען הלווא יעדע קאמפעני זאל ארויס לייגען א צעטיל ווען מען טוישט עפעס, און מארוויד שחיטה האט שוין געטוישט בערך א יאר ציריק
מיטוואך אפריל 23, 2014 12:22 pm
וואאו, גארנישט געהערט דערפון, מ'עמיר מוזן מאכן אביסל ריסוירטש און געוואויר ווערן וויזוי די אנדערע האבן טאקע פשוט און פראסט איינגעזאלצן דעם עולם, אן זאגן א ווארט.
מיטוואך אפריל 23, 2014 12:24 pm
מיר האט דאס אויסגעקוקט דאס זעלבע ווי פאריאר.
דער עיקר איז אז די מצה איז געווען פיין, ווער קוקט דען אויף זאלץ...
מיטוואך אפריל 23, 2014 12:39 pm
געקויפט א שאכטל זאלץ בערך 10 יאר צוריק ס'איז נאך איינגעזאלצן ביי מיר ביז דאס יאר
מיטוואך אפריל 23, 2014 12:45 pm
יוראפ האט געשריבן:געקויפט א שאכטל זאלץ בערך 10 יאר צוריק ס'איז נאך איינגעזאלצן ביי מיר ביז דאס יאר
גווווט!!!
דאנערשטאג אפריל 24, 2014 5:48 am
איי עם סארי
די עיקר האב עך פארגעסן צו שרייבן
מיינעך אז די חרוסת איז נאך אין מיינע געדערם סאו ביטע פארגיבט מיר דאס מאל
דאס אפרעדן איז געווען אז די מוטער האט געהערט פון אנדרע
מער ווי פון איינער
אז זיי האבן געזען ווערים און די זאלץ
אדער אין די זופ וכדומה וואס זיי האבן געקאכט דערמיט
איך האב דאס נישט קאנפירמט אליינס
וויל מיר יעצט וויסן צו אויף די וועלטל האט
איינער געהערט אדער געזען דאס זעלבע
א דאנק
דאנערשטאג אפריל 24, 2014 6:14 am
דארפסמאן
טו בי קלאר
דאס וואס דו זאגסט וועגן מארוויד פון א יאר צוריק רעדסטו נאר פון כשר לפסח. רייט?
א גאנץ יאר האבן זיי לכאורה נישט געניצט בכלל שטיין זאלץ
דאנערשטאג אפריל 24, 2014 3:50 pm
איך האב געהערט אז אנפאנג פלעגן זיי יא ניצען שטיין זאלץ, וועגן סאטמאר האט פארלאנגט, אין אזוי ווי עס איז געווארען שווער צו באקומען האבען זיי אויפגעהערט