תחתיים שניים ושלישים תעשיה???...
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 09, 2007 12:02 pm
נו, ס'קומט פאר א מבול אין דער תיבת קרעטשמע. רבותי, ס'נישט קיין מאנקי ביזנעס. ס'נאו דזשאוקס. איך מיין עס גאר ערנסט. יא, יא, צוהר תעשה לתיבה... איך האב באמערקט דורכ'ן פענסטער, אזוי ארויסקוקנדיג, אז די איינוואוינער פונעם שניים'דיגער שטאק פון אונזער קרעטשמע קאסטן שישקענען זיך עפעס שטילערהייט צווישן זיך, זה בכה, זה בפה, וזה בזאת, יעדער לויט זיין שטייגער, והצד השוה שבהן...
רבותי ס'נישט קיין צייט פון לאכן היצט; כ'מיין, ווי קען מען דען לאכן אין א צייט וואס די חסידים ואנשי שיחה, פונעם תיבת הקרעטשמע, האבן ארויסגעצויגן זייער שפיזן אנטקייגן זייערע ברידער פונעם דריטן שטאק???
איך גיב מיר א לייג ארויף אויפן קאפ מיין אלטער צוקראכטער פלאכער קאפילוטש, איך שלעפ ארויס פון שאפע מיין אפגעברינער אנצוג, כ'פארשטעק מיר די אויגן מיט מיינע שווארצע-פלאסטישע ברילן, און איך לאז מיך ארויס אויפן וועג. פארענדיג מיט מיין אלטן פערד און וואגן בין איך צו מיין גוט-מזל אריינגעפארן אין א מאראסט אריין, אזוי אז מיינע אלטע אויסגעטראטענע שיך האבן זיך אויסגעפיצט ליכטיג-ברוין פונעם מאראסט כאזעריי, און ויבוא... איך שטיי ביים אריינגאנג פון דער צווייטער שטאק...
אהה... שלום עליכם אידן... וואס מאכט איר עפעס גוטס? אהה... קוק וועם איך זע דא?... קו נאר... סאכדעס... סאכדעס, דו ביסט דאס? יא... יא... יא... ס'סאכדעס. אהה... שששלום עליכם א איד, וויאזוי איז געווען די וויקאציע? וואס מאכסטע עפעס? און זאג נאר וואס עפעס באהאלטסטו דיך אזוי פלוצלינג? ביסט מיר אפשר געווארן א ביישן אויף דער עלטער???...
אהה... שלום עליכם איזאק... וואסזאגסטו עפעס גוטס?
הערטס מיך אויס טייערע אידן. איך האב א פראבלעם, אפשר קאנט איר מיר ארויס העלפן?
דארט אויבן, דארט... דארט... איר ווייסט וואס כ'מיין? איא? איז אזוי. דער דריטער שטאק פון אונזער תיבה גייט לעצטענס אריבער זייער שווערע פראבלעמען. וואס איז? אט הערט: ווי איר ווייסט אלע איז שוין דער דריטער שטאק אלט, אפגעוועטש און אויסגענוצט. די צימערן זענען שוין אפגעדינט, די לעכער אין די ווענט זענען עפעס שרעקלעך, קאלעך רינט ווי מצה וואסער, הקיצור ס'איז איין שטיק שימל. און שוין נישט רעדן פונעם ריח דארט... ס'האט עפעס אזא עיפוש'דיגער גרויך אזש מ'קען דערשטיקט ווערן; דער גוי קלינט דארט איינמאל א יובל, די שמוץ ווארפט זיך אונטער די טישן, בעלי חיים דרייען זיך צווישן די פיס... ס'ממש א כאאס! ס'קוקט אויס ווי די אלטע חורבות אינעם גלאנציגן מאנהעטן. איך בין אייך פשוט מקנא דא... אהה... מעכאיע... שיין, ריין, ציכטיג, זויבער, פריש געקאלעכט, אהה... ממש א פאלאץ... א ריכטיגער 08' סטיל געביידע...
אהה... איין מינוט. סאכדעס, איזאק, וואו איז דער קאווע שטיבל?... איך דארף א קאווע...
אה... דא... דא... איך זע שוין... שעקויעך. סאכדעס, איזאק, נעמט אויך א קאווע... קומט, לאמיר זיך אראפזעצן דארט אין די לאבי... אויף די נייע טייערע לעדערנע סאפעס... און כאפן א שטיקל פארברענג. קומט... קומט...
קוקט אהער, טייערע ברידער, עס איז אייך עפעס אריין א מין דזשוק אין קאפ אריין אז אין דער תיבה איז פארהאן צוויי סארט קלאס מענטשן בלא בלא... וואסאמין מעשוגאס אידאס?! וואסאמין שנאת חינם אידאס?! חלילה וחס! חס וחלילה! אויב איז נאר פאראן אזא ספק אפי', בעדארף מען אויף דער רגע ארויפלייגן א שלאס אויף דער גאנצער דריי שטאקיגע געביידע, און ביז די זאך ווערט נישט געסעטעלט זאלן די טירן פון דער קרעטשמע זיין הערעמעטיש געשלאסן!!! מסכים? כ'מיין, הגע בעצמך, פאר דעם האבן מיר אויפגעבויט אזא געביידע אז צום סוף זאל גאר אויספלאצן אזא מין גערעדעכץ???!!!
הערט מיך אויס, קוקט מיך גוט אן, אזוי מיט מיינע פארכאזערטע בגדים, אט אזוי, מיטן זעלבן פורמאט דריי איך מיך פראנק און פריי וואו איך וויל! איר קענט מיר עפעס איינטיילן? און יא, אפי' אינעם אלטן אפגעוועטשטן דריטן שטאק! איך האלט מיך פעסט מיט מיינע בגדים! שלא שינוי את מלבושם! יא, אזוי ווי איך טיי און שגיי, אט מיט דעם אנצוג; מיט דער קאפילוטש; מיט מיינע פארכאזערטע שיך און צוריסענע בענדלעך; דריי איך זיך אויפן דריטן שטאק א ווי דער קעניג אין וויינגארטן... איך לאך... איר ווילט איך זאל מיך אויסטוהן מיינע אידישע מלבושים און זיך באשטינקען ווי א בעסערער קנאקער בעת איך גיי אריין אין דער דריטער שטאק? איר מעגט וועלן! איך פייף אייך אן ווי גרויס איר זענט! איך האלט נישט דערביי! מיט די מלבושים וועל איך בלייבן צי ס'געפעלט אייך יא צי נישט! פארשטאנען?!
איי פרעגט איר, דאן פארוואס האט מען בעדארפן צו ברענגען א בולדאוזער און צוקלאפן דעם בנין אינדערמיט און אריינשטופן א שטאק אינדערמיט? פשוט, ס'צוויי באזונדערע אפטיילונגען! אזוי ווי דער ס'מעדרעש און די חומש רש"י שיעורים; די ניגונים און די ספארטס, דארט אונטן; אזוי אויך איז דער שטאק גארנישט אנדערשט ווי אלע אנדערע שטאקן ס'נישט מער ווי א דבר דיבור על "אופניו"...
האקט מיר נישט אין קאפ אריין, ס'נישט דא קיין שום תקנה אין דער קרעטשמע אז מ'דארף זיך טוישן מלבושים ווען מ'טרעוועלט משטאק לעשטאק... און שטעלט אייך פאר, מארגן וועט איר נאך אויפקומען אז ווער ס'וויל אריינטרעטן אין דער ביהמ"ר פון דער קרעטשמע מוז זיך איינהאנדלען א רבני'שער קאפילוטש מיט א קאפטן... צי ווער ס'וויל אריינגיין אין דער ספארטס אפטיילונג מוז זיך אנטוהן א קעב... זענט איר אויפן קאפ געפאלן?...