דעטערמין וואס באלאנגט דא און וואס דארט
פארעפענטליכט: זונטאג יולי 08, 2007 2:36 am
דער עולם גולם (גארנישט, בלויז דער גראם) זעהט דאך אז די מנהלים האבן זיך געיאוועט און אריבערגפירט קרוב צו הונדערט און פופציג!! אשכולות צו א שפאגל נייעם געגרינדעטען פארום 'היימישע פארבריינגען' ס'זאל הייסן אז די אלע נושאים וואס ריידן זיך פון ענינים צווישן די חברי הקרעטשמע גופא זענען טראנספארירט געווארן און די איבריגע זענען נעבעך פארבליבן און אלט-ניי קרעטשמע (איר געדענקט נאך אלט-קרעטשמע? שוין האמיר שוין א דריטן ליידער, שתי בתי קרטשמאות נחרבו טאקע בין המצרים איצט) וואס עוד מעט און די גרינע שימל וועט זיך נעמען וואקסן דערויף חלילה את יגורנו בא.
איך האב נישט קיין נערוון אנכאפן אלע אשכולות ביי די אוערן און אויסרעכענען אלע ביי די נעמען פונקטליך וואס זיי ענטהאלטן, אבער א גרויס חלק פון זיי, סיי די גליקליכע וואס זענען פארשיקט געווארן מיטן טראנספארט אהער, און סיי די נעבעכדיגע אויסגעדראשענע וואס זענען פארבליבן ביי די פרעמד, ענטהאלטן מער ווייניגער סיי קרעטשמע'אישע און סיי פארברענגע'אישע תוכן, טא וויאזוי ווערט באשטימט וואס גייט דא און וואס נישט?
עס וואלט געווען אינטערעסאנט ווען מען זאל ארויסגעבן אביסל די סודדות פון חיידר - דארט וואו שטעם נעני לערנט - איבערן באשלוס פארוואס דוקא די זענען אויסגעפאלן צו זייער גורל אנצוקומען דארט וואו זיי זענען און ואס איז דער כלל דערביי. איך בין אפילו נישט זיכער צי דער דאזיגער אשכול וועט פארבלייבן אין זיין אריגינעלער מקור, איך ווייס באמת נישט וואו ס'באלאנגט - איך בין צעמישט