בלאט 1 פון 1

שטארקט אייך ברודערלעך, שטארקט אייך!!!...

פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 06, 2007 9:01 am
דורך זארעכפעפער
איז דען דער היינטיגער פרייטאג עפעס א באזונדערער טאג? עהה... וואסעפעס? ס'דאך א רוטינער טאג אויפן וועלטליכן האריזאנט. ס'קוקט דאך אויס, מער ווייניגער, פונקט א ווי נעכטן; אייער נעכטן; מתמול; שלשום; יענע וואך און צוויי וואכן צוריק. גארנישט באזונדערס, איא?

פונקט א ווי נעכטן, אקוראשט אזוי אויך היינט, האט די זון אויפגעשיינט אין איר באשטימטע צייט. אמת? יא, טאקע... טאקע... גערעכט... גערעכט... נו, אז איך בין גערעכט איז דאך אוודאי גוט, און נאך בעסער איז ווען איך בין נישט גערעכט. בין איך דען נישט גערעכט? איך בין דאך יא גערעכט, איז דען היינט עפעס באזונדערס פארגעקומען? נעע... גארנישט, אלעס א ווי תמיד; כ'בין אויפגעשטאנען, געזאגט דעם מודה אני; ברכות התורה; קר"ש; געגאנען אין שול אריין, אטענדינג דע דשואיש מאורנינג סערוויס; געטרינקען די געשמאקע קאפע; זיך גע'טובל'ט; געלערנט; געדאווענט; זיך איינגעהערט צו דעם געזעמל צו יענעם געזעמל; א נייעסל דא א נייעסל דארט; אבער גארנישט קיין באזונדערס. מער ווייניגער קייט מען איבער אלטע פארטרינקנטע [גע]זעמלעך, וועלכע האבן נישט קיין טעם, און אויב שוין יא א טעם איז דאס יענער נאכ-טעם... שוין נישט איז אינטערסאנט איז נישט. יאללא.. געגאנגען צו דער בזיעת אפיך אריין...

וואס א טריקענער טאג איז היינט? קיין נייעס נישט פארהאן, קיין באזונדערס נישט געהערט, על איך מיר אפשטאטן א באזוך אין דער קרעטשמע הערן, זען און ליינען, א גוט ווארט. אפשר דארט וועט זיך עפעס מאכן. און גאוס וואט? יאפפססס... איר האט צוגעטראפן... די קרעטשמע פארט... אופס... כ'מיין צו זאגן... 'שטייט' אויף רעדער. נו, פרעג איך אייך בין איך גערעכט צו נישט גערעכט? איז היינט א באזונדערער טאג צי נישט?... יא, אז איך בין גערעכט איז דאך גוט, אבער נאך בעסער איז ווען איך בין נישט גערעכט... איי ווי גוט ס'מיר...

ס'טאקע שאא, שטיל, ששש... קיין מאג הערט מען נישט, קיין נפש חי' באווייזט זיך נישט, אבער פארט שטייט די קרעטשמע אויף גוטע רעדער, גרייט צום פארן... פארן וואו? ס'הייסט וואו? וואו אימער ס'לאזט זיך נאר!!!...

ברודערלעך זיסע, שטראקט אייך, שטארקט אייך! טוט אייך פארבינדן אין סיט בעלטס, זעצט אייך אנידער, און הויבט אן פארן אין דער וועלט אריין... וואו אימער ס'גלוסט זיך אייך נאר...

זייענדיג איינע פון גורמים וועלכע האבן א חלק אינעם היסטארישן אונגערישן... כ'מיין קרעטשמערישן... טיילונג, שפיר איך מיך ווי א שטיקל מחותן דערין. יא, איך באגריס אייך, און איך ווינטש אייך צו מיינע ברכת קלות ושלא תהא הדיוט בעיניך:
איר זאלט די זכי' האבן א פארגעניגן צו האבן פון אייערע פארברענגס. און איך ווארן אייך מיט שטרענגסטן וואס נאר שייך, השמר והזהר, איך ווארן און איך שריי, אז קיינער, און קיינער מיין איך טאקע קיינער, יא... יא... דיר אויך... דו, וואס קוקסטע אזוי מיט בייז-ווינדערליכע אויגן? יא... יא... דו... דו... צו דיר רעד איך... איך ווארן! אז קיינער זאל זיך נישט וואגן צו זיין אומוטיג אדער חס וחלילה אנגעזעצ... רח"ל!!!

אמת, כ'פארשטיי, ס'ד'דריי וואכן און מ'דארף זיין טרויעריג, אבער ווייסט איר דאך שוין אז מיר זיינען דאך חסידים, און דער חובת הלבבות זאגט דאך שוין אז חסידים איז אבלם בלויז בלבם, אבער אויפן פנים חלילה... חלילה וחס... קלאפ דיר אויפן מויל צען מאל, און זאג שנעל בשכמל"ו, פארן בלויזן טראכטן זוינע מחשבות, ה"י; דער פנים בעדארף צו קומען בענעזאם מיט'ן שמייכל! דאס מוז גיין פאראלעל! אנדערשט איז מען קיין חסיד ניט!!!

בלייבט מיר געזונט און האט הנאה פון אייערע פארברענגס. ווערט נישט צובראכן, שרעקט אייך ניט פון מלעיגים, דאס איז דאך דער יסוד, דער אנהויב פונעם שולחן ערוך, ואל יבוש מפני המלעיגים! און יא, די קרעטשמע ווערט געפירט בלויז עפ"י שולחן ערוך, און פונקט ווי אין שו"ע אזוי אויך אין דער קרעטשמע, ואל יבוש - שעמט אייך נישט פון די מלעיגים, ווייל ס'קען אייך נאך ח"ו צושטערן אייער שמייכל און פרייד, גייט אן לויט אייער געשמאק...

בלייבט מיר געזונט און פארט געזונטערהייט...

און יא, כ'אב פארגעסן, נאך איין ווארט, צידה לדרך...
טייערע ברודערלעך, הארציגע ברודערלעך (ווען) וועלן מיר זיך נאך אמאל זען?
טייערע ברודער אל תרגזו בדרך, און פון אזויפיל פארן גיבט אבאכט און ווערט נישט צופארן, און זעט פון צייט צו צייט פארביי צופארן "די היימישע קרעטשמע פורום". כ'מיין, יושר? למה נגרע? אז איר האט א גוטס, קומט אריין אין די קרעטשמע זייט אונז מהנה און האט הנאה...

ט'שאבעס

פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 06, 2007 10:47 am
דורך abimlaibt
זארעכ, די וועג וואו דו גייסט פארען פון היינט און ווייטער איז בלויז לאנגע וועגען, אויב מאכצעך אז דו ווילסט נעמען א שארט קאט, זאל זיין א ואל יבוש, און קענסט דא אויך דורך פארען,
דיין ברייטע באגריסונג און שיינע אויפנאמע איז זייער שיין אראפגעלייגט, מען דארך זעהן אז יעדע שטיק צייט זאל זיין אויף עפעס פריש צו באגריסען.

פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 06, 2007 5:33 pm
דורך איך_הער
זארעכ, סעפעס דארף מען דיר צושטעלן צדה לדרך? לאזט דיך ארויס אויפן וועג? ס'גייט נעמען לאנג? האסט מורא עסט ווערן הונגעריג? זיי מוחל, סטאפ אריין אין רעסט עריע, און גיי צו צו איינע פון די קיאסקען דארט, און קויף דיר עפעס גוטס, און דערנאך לאז דיך ארויס, האסט מורא? שעמסטעך? האסטעך עניוועי טינטעס ווינדאוס, קיינער קען דיך סייווי נישט זעהן, סאו דאנט ווארי, מוזט אפילו נישט איבער לאזן דיינע פינגער אפדרוקן, קויף און פיץ אפ.

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 09, 2007 11:13 am
דורך סאכדעס
זארעכ... יא דו ביסט הויפט מחותן, און זאל דיר גאט באצאלן פאר אלעם...

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 09, 2007 11:21 am
דורך צייטליך
אפסססס......

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 09, 2007 11:25 am
דורך איך_הער
סאכדעס, פארוואס פאלגסטו נישט די ווערטער אינעם קעפל?

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 09, 2007 11:35 am
דורך איזאק
ער פאלגט, ער איז גוט אין די כלים, כהאב הנאה פון אים

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 09, 2007 11:38 am
דורך סאכדעס
וואס פאלט דיר אריין? נאך ווי כ'פאלג..