גריסן און שמועסן
מיטוואך מרץ 26, 2014 5:28 am
איך בין נאך נישט זיכער אז איך וויל באמת'דיג
אבער איך בין זיכער אז איך וויל וועלן
ווער וועט שנעלער אנקומן דער ווילער אדער דער וויל ווילער
?
Advertisement
מיטוואך מרץ 26, 2014 8:00 am
איך פארשטיי נישט קיין איין ווארט וואס דו זאגסט דא, (קרעדיט, מגילות אסתר מיט געזאנג)
מיטוואך מרץ 26, 2014 10:54 am
דערמאנסט די ווארט (קען אפילו זיין פון ווילנער גאון..) ומשביע לכל חי רצון, דער רבש"ע גיבט די רצון זעלבסט פארן מענטש נישט נאר די תוצאה.
עכ"פ דאס אז די רצונות זאלן זיין טאקע גוטע דאס אליינס דארף מען בעטן דערויף..
דינסטאג מאי 13, 2014 9:38 pm
איך האלט טאקע נישט ביים לערנען
אבער איך וואלט געקאנט באשטיין צו וועלן לערנען
ומשביע לכל חי רצון
דער באשעפער טיילט רצון
איינער האט א רצון
איינער וויל האבן א רצון
אוי גאט העלף שוין אלע אידן
דינסטאג מאי 13, 2014 9:57 pm
פון הייליגן ר"ר בונם מפרשיסחא זאגט מען נאך - אלס סניגוריא אויף כלל ישראל - אז ביז 10 מאל וועלן (געוואלט וועלן וועלן וגו') הייסט נאך געוואלט, ומי יעמוד בסוד קדושים.
אבער אויף אנצוקומען מוז מען לכאורה איינמאל וועלן און אויך טון למעשה!
מיטוואך מאי 14, 2014 4:22 am
הגאון רבי גד'ל אייזנער משגיח בגור איז אמאל ארום און ישבה פון בחור צי בחור מיט די שאלה וואס ווילטסטו אויפוואקסן איינער האט גיענפערט מגי"ש איינער דיין וכו' נאכער האט ער גיהאלטען א דרשה גיפרעגט עס איז באקאנט די ווארט פונעם גאון וויל-נאר וועסטו וואקסן א גאון איך זעה יעדער וויל אבער ווייניג וואקסן למעשה, האט ער גיענפערט עס איז וויל 'נאר' גאון נישט וויל 'אויך' גאון !