דינסטאג מרץ 18, 2014 11:20 pm
נעכטן ביי סעודת משתה היין האט הגה"צ הראב"ד ר' משה שטערנבוך שליט"א - איבערגעגעבן וואס ער האט געהערט איש מפי איש פונעם גר"א זצ"ל:
ווען איר וועט הערן אז רוסלאנד האט איינגענומען די שטאט קרים, דאן זאלט איר וויסן אז עס הייבט זיך שוין אהן די פוסטריט פון די גאולה. ווען איר וועט הערן אז די רוסן זענען אנגעקומען ביזן שטאט קאנסטינאפעל דאן זאלט איר זיך אנטוהן די שבת'דיגע מלבושים און נישט אויסטוהן וויבאלד אז יעדע רגע איז משיח ערווארטעט צו קומען!"
עכ"ד, ונזכה כלנו לזה במהרה
וזתכ"ד
והנה פורים הוא זמן שמגלים סודות, ויש אצלי הרבה סודות שלא אוכל לגלותם ולכן אני לא אשתכר, .... אמנם אע"פ שהבטחתי שלא אגלה סודות, מ"מ אני מוכרח לגלות סוד אחד מפני שכבר גילה אותו ר' יצחק חבר זצ"ל תלמידו של ר' חיים וואלזי'נער זצ"ל ששמעו איש מפי איש עד אא"ז הגר"א זיע"א שגילה סוד זה סמוך להסתלקותו - וכה אמר:
כאשר תשמעו שהרוסיים כבשו את העיר "קְרִים", אז תדעו שמתחיל כבר פעמי הגאולה, וכאשר תשמעו שהרוסיים הגיעו לעיר קונסטנטינופול (הלא היא איסטנבול שבטורקיה דהיום הזה) אז כבר תלבשו בגדי שבת ואל תפשיטו אותם כיון שבכל רגע המשיח עומד לבוא, עכ"ד.
והנה בשבוע האחרון הרוסים כבשו את העיר "קֶרִים" ובכל העולם ישנו רעש גדול סביב לזה, ולפי המסורת שיש בידינו מאא"ז הגר"א זיע"א הרי זהו סימן ל"פעמי משיח", והן אמת שאין אנחנו יודעים בדיוק מהו הכוונה "פעמי משיח", אבל וודאי שזהו סימן לגאולה הקרובה, ואפשר שכוונתו שזהו כמו "פעמון" שמעורר אותנו להתכונן לביאת המשיח.
דינסטאג מרץ 18, 2014 11:33 pm
אבער די רוסן האבן עס דאך געהאט פון צענדליגער יארן שוין פארן אהין געבן פאר אוקריינא?
מיטוואך מרץ 19, 2014 12:04 am
א סוד פאר גאנץ בראד
עי' אוצר החכמה בגליון מסילות יב-יג לחסידי סדיגורא -תשמ"ו
מיטוואך מרץ 19, 2014 12:50 am
אוקעי גוט,
ווער סיז מיר שולדיג געלט קען נאך יעצט אריינכאפן און באצאלן איידער משיח קומט.
מיטוואך מרץ 19, 2014 8:11 am
שויתי'ניק האט געשריבן:א סוד פאר גאנץ בראד
עי' אוצר החכמה בגליון מסילות יב-יג לחסידי סדיגורא -תשמ"ו
אותיות מחכימות, פון גר"א שטייט סך הכל אז די רוסן זענען גאר א גרויסע טומאה/קליפה און זיי וועלן זיך מתגבר זיין פאר משיח קומט. און פון בעל בנין עולם (מי זה?) שטייט אז ווען די רוסן וועלן מנצח זיין כל האי קרים ובמיוחד המבצר הגדול והחזק קערטש, צפה לרגלי משיח.

מיטוואך מרץ 19, 2014 8:14 am
הייסט דאס אז מען קען געהעריג וויסן פון פאראויס ווען משיח גייט קומען? אינטערעסאנט
מיטוואך מרץ 19, 2014 8:28 am
עעםם... כ'וועל דיר זאגן, יא מען קען וויסן, אבער מען דארף זוכה זיין דערצו...
אבער כ'וועל דיר זאגן לענ"ד די אלע מימרות פון צדיקים לדוגמא פון גר"א, איז אדער ווייל באותו זמן איז טאקע געווען א שטארקע זמן גאולה, נאר מען האט פשוט נישט זוכה געווען, אדער פשוט ווייל אין שווערע זמנים קומט די אמונה שטערקער ארויס, ווייל מיר גלייבן דאך בכל יום שיבא, און ווען עס קומט א שווערע זמן אויפן וועלט, און געווענטליך איז דעמאלטס פאר אידן גאר שווער, ווערט די אמונה אז משיח קומט אט אט מער ווי אמונה, עס פילט זיך ווי די מציאות איז שוין אזוי, און די מימרא איז געווען אויף יענער זמן, כדי זאלסט בעסער פארשטיין וואס איך זאג וועל איך דיר ברענגן א דוגמא, ביים צווייטן וועלט מלחמה, די אידן וואס זענען דורך די אלע צרות, האבן געפילט אז יעדע רגע קומט משיח, נישט ווי די אמונה וואס מען האט יעדן טאג, נאר סאך מער, ממש קרוב למציאות, פארוואס, טאקע ווייל ס'איז געווען אזוי שווער, און עס האט אויסגעקוקט אז נידריגער פון דארט קען מען נישט גיין, און עס האט אויסגעזען ווי אט אט און עס בלייבט גארנישט פון כלל ישראל, און היות זיי האבן דאך באמת געגלייבט בביאת המשיח, איז די אמונה ארויסגעקומען מיטן גאנצן גלאנץ, אויף א געפיל אז אט אט און ער איז דא.
כ'ברענג זיך אפשר שווער ארויס, אבער איך האף פארשטייסט וואס איך מיין...
עכ"פ, מיר גלייבן בביאת המשיח, ואף על פי שיתמהמה, עם כל זה אחכה לו בכל יום שיבוא, אוודאי איז דא זמנים וואס זענען מער מסוגל לביאת המשיח, אבער פאר אונז איז דאס נאר אזויפיל נוגע, אז אויב איז די אמונה אביסל פארשלאפן, און עס קומט אזא זמן, זאלן מיר זיך געבן א וועק אויף און תשובה טון...
דאנערשטאג מרץ 20, 2014 6:41 pm
למעלה משבעים האט געשריבן:פון בעל בנין עולם (מי זה?) שטייט אז ווען די רוסן וועלן מנצח זיין כל האי קרים ובמיוחד המבצר הגדול והחזק קערטש, צפה לרגלי משיח.
הגאון רבי יצחק אייזיק חבר, וואס הגר"מ שטערנבוך שליט"א האט דערמאנט ביי זיין רעדע.
זונטאג מרץ 23, 2014 4:55 am
צפה לרגלי של משיח יעדן איינציגן טאג
אחכה לו בכל יום שיבא