גריסן און שמועסן
דינסטאג מרץ 18, 2014 10:14 pm
"צו ברויך מען אוועק פאקן טויס יעדע נאכט?"
עס איז 10:30 ביינאכט, מען קוקט זיך אים אויפן פלאר און מען זעהט אז אלע טויס זענען נאך אויסגעגאסן! עס קומט אריין אזא מחשבה'לע אין קאפ: פארוואס עס צוזאמפאקן ווען מארגן איז אלעס אודך אויסגעגאסן?
צד א'
א אידישע שטוב באלאנגט צו זיין צוזאמגענומען יעדע נאכט ווען מען גייט שלאפן. אויב שטייט מען אויף צו א אנגעווארפענע הויז איז די גאנצע טאג כאדאראם.
צד ב'
ברוך השם א אידישע שטוב מיט לעבעדיגע קינדערלעך קע"ה אזוי באלאנגט עס. אוודאי איז נישטא צעשמירט פינאט באדער אויפן וואנט, אבער אביסל לעגאוס איז נארמאל. אדרבה, צומארגנ'ס פארטאגס ווען די קליינע שטייען אויף צוזאמען מיט די פייגעלעך זאלן זיי האבן טויס צו שפילען און לאזן דעם עולם שלאפן...
נו, וואס זאגט איר?
Advertisement
דינסטאג מרץ 18, 2014 10:42 pm
בעסטע איז ווען די קינדער קענען עס טוהן.
אויב נישט ווענד זיך וויפיעל כח עס איז נאך געבליבען ביי טאטין אדער ביי מאמין.
געמיינט האב איך אז איך בין דער איינציגסטער.
דינסטאג מרץ 18, 2014 10:57 pm
א גרויס חלק פון דארפן "צוזאם נעמען די טויס" איז אויסצולערנען פארן קינד "קאנסעקווענצען" (אין פענסי שפראך, קאויס ענד עפעקט). און אויך "צוזאמענגענומענקייט".
דינסטאג מרץ 18, 2014 10:59 pm
חחחחחחחחחחחחחחחחחחח
דינסטאג מרץ 18, 2014 11:07 pm
לוי יצחק האט געשריבן:חחחחחחחחחחחחחחחחחחח
כ'האב עס נישט געמיינט פאר א וויץ.... אוטש...
דינסטאג מרץ 18, 2014 11:22 pm
ווי עס קוקט אויס, האלטן די ווייבער מיט דעם אשכול...
מיטוואך מרץ 19, 2014 8:11 am
צוזאם פארן טויס ברענגט מיר אויף שרעקליכע קאשמארן, איך ריר נישט אן קיין טוי, זאלן זיך שמים וארץ צוזאם קומען
מיטוואך מרץ 19, 2014 8:43 am
און טרעטען אויף א לעגא איז ענדשער?