Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

פאנטאזיעס - וואס קען עכט געשעהן...

מאנטאג מרץ 17, 2014 9:25 pm

אינעם ביהמ"ד איז דא א נייער ערל.
דער משמש לייגט אויף אים אסאך האפענונג, און ער ווייזט אים אלעס וואס ער ברויך וויסן, בעיקר די מקוה סיסטעם, ווי מען גיסט אריין די פלעשעלע קלארין, די פילטער שבת זייגער, ועוד.

עס איז פרייטאג נאכמיטאג, א געטרייע טאטע קומט און מקוה מיט זיינע 3 אינגלעך, יעדער מיט זיין בעג וועש, דער טאטע האלט די שעמפא מיט זיך, און די צווייטע בלויע בעג לייגט ער אויפן זייט ווייל דאס ברויך מען נאכן מקוה.

עס איז 2 שעה צום זמן, דער נייער ערל ארבייט פלייסיג, עס איז זיין ערשטע שבת, ער פרובירט צו געדענקען אלע דעטאלן וואס ער ברויך נאך טאן, אנשטעלן דעם פילטער שבת זייגער אנגרייטן דעם שמאלען טינקעלן פלעשל קעמיקאלן אריינצוגיסן פרייטאג נאכט פאר ער גייט אהיים.

דער משמש איז פארנומען צו סערווירן דעם עולם אין ענטפערט אויף אלע פראגן וואס די קאפ פארדרייערס האבן נישט געטראפן בעסער ווען צו פרעגן,  ער וויל שוין שפארן, ווען איינער קומט אריין מיט דריי פרישע אפגעבאדענע אינגלעך, ער זאגט דעם משמש אז איין בעג איז אים פארלוירן געגאנגען, אויב ער טרעפט דעם בלויען בעג מיט א שמאלע הויעכע באטל זאל ער אים לאזן וויסן.

דער משמש הערט אים קוים אויס מיט א האלבע אויער און זאגט יא, אוודאי.
א גוט שבת.

פרייטאג נאכט,  דער ערל רייניגט אויס די מקוה, ער זיכט אויף דעם פלעשל קעמיקאלן און שפריצט דאס אריין.

ס׳איז שבת גאר פרי, ר׳ בערל איז דא צוגאסט צוליב א שמחה, ער איז געוואונט צו גיין אין מקוה גאר פרי און דאווענען 7׳בענע,
ער יאגט זיך אריין צום מקוה, געשווינט דרייט ער אראפ דעם בארד, גלייכט אויס די פיאות, און שפאצירט אריין אינעם הייסן בור, אההה.... פיינע ווארעמע מקוה, אהההה, ער מאכט עס שנעל, ער יאגט זיך ארויס, ער ווישט זיך אפ, דעם בארד און פיאות רירט ער נישט צו אזוי ווי די הלכה איז, ער טוט זיך אן און גייט זיך וואשן די האנט און טרינקט א קאווע.

צען מינוט שפעטער זעהט ער אז עפעס איז נישט און ארדענונג...

פעסט פארווערט 3 שעה...

120 מענטשן זענען געווען אין מקוה, דער משמש שוימט פאר כעס! יעדער דרייט זיך ארום מיט הארטע פיאות און א האלצערנע בארד! וואס גייט דא פאר? וואס האט דער גוי ארייגעגאסן אינעם בור??

דער משמש לויפט ארויס מיט איין אימפעט צום ווינקל פונעם גאס ווי עס שטייט אפט א פאליציאנט. ער מוז ריפארטן דעם טעראריסטישן אינצידענט. אבער איין מינוט,  עפעס מחשבות לויפן אים אדורך אין געדאנק, ער זעהט א אינגערמאן מיט דריי זיסע אינגעלעך שפאצירן אריבער, דער משמש שטעלט זיי אפ און זאגט: אנשולדיגט, וואס האט איר פארלוירן פרייטאג אין מקוה?

אה, נישט געפערליך...

אבער וואס איז דאס?

א קליין פלעשעלע "דיפרי דא" . איר האט עס געטראפן?

דער משמש ענטפערט נישט, ער שטורעמט אריין אין בנין הבהימ"ד ער קען זיך קוים איינהאלטן דאס געלעכטער ווי יעדער שטייט מיט הארטע בארד אין פיאות... ער לויפט אראפ אין מקוה, און אט ווערט אים שווארץ פאר די אויגן! דער גוי האט בטעות גענומען דעם אינגערמאנ׳ס פלעשל...

----
האלט האלט! גייט נישט אריין אין מקוה, עס איז דא דיפרי דא אין די וואסער!!!
-------

היצט שטעלט אייך פאר, ביי אייך אין ביהמ"ד ווי איר זעהט מענטשן וואס איר קענט שטיייען מאכטלאז מיט א הארטע בארד...

כחחחחחחחח.........

א פרייליכן שושן פורים :lol:

Advertisement

מאנטאג מרץ 17, 2014 9:31 pm

וועלכע חסידות טרינקט מען שושן פורים?

מאנטאג מרץ 17, 2014 9:33 pm

יוי ביזטו משוגע.....זיס...

פון וואו פיקט מען אויף אזוינע פאנטאזיעס...?

מאנטאג מרץ 17, 2014 9:35 pm

ביסט דשעל-עס?

מאנטאג מרץ 17, 2014 9:37 pm

מילין

קום מיר אויפהייבן

מאנטאג מרץ 17, 2014 9:37 pm

דו גייסט כאפן, די גיבסט איידיעס פאר משוגעים, ביסטו נארמאל?

מאנטאג מרץ 17, 2014 9:38 pm

כא כא כא

איינמאל פאר אלעמאל וועל איך נישט זעהן גרונם'ס בארד צופלויגען.

מאנטאג מרץ 17, 2014 9:38 pm

מיסטער גרין...
לייג דיין שטעקן פונעם מויל ביזן דאך, וועסטו נישט טראסקענען...

מאנטאג מרץ 17, 2014 9:41 pm

חחחחחח

מאנטאג מרץ 17, 2014 9:44 pm

מילין! האלד איט! מיינע מילצן זענען אין סכנה

מאנטאג מרץ 17, 2014 9:46 pm

הערליך האט געשריבן:מילין! האלד איט! מיינע מילצן זענען אין סכנה


לאך דיך אויס אלע סטרעס...

מארגן ווען דו וועסט מאכן די פיאות פון דיין קליינעם, זאלסטו נישט לאכן.... אויסער אויב דו ווילסט אים מסביר זיין...

מאנטאג מרץ 17, 2014 9:54 pm

שוין!!! האלטס א אויג די נעקסטע שטיק צייט! עס קומט א נייע ר"ת אין המספיק גאזעט.

עס גייט הייסן "מי"מ" פאביע! (מילין יקירין מקוה פאביע) גייט זיין גרויס טרעפיק ביי די בורות אריינגאנג, ווען דער עולם וועט אריין שטעקען איין פוס, ארויסנעמען האלטן 10 מינוט אין די ליפטן זעהן צו עס איז נישטא קיין דיפעדי דו אין די מקוה!

ס'ארא איינפאל!

מאנטאג מרץ 17, 2014 9:57 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:שוין!!! האלטס א אויג די נעקסטע שטיק צייט! עס קומט א נייע ר"ת אין המספיק גאזעט.

עס גייט הייסן "מי"מ" פאביע! (מילין יקירין מקוה פאביע) גייט זיין גרויס טרעפיק ביי די בורות אריינגאנג, ווען דער עולם וועט אריין שטעקען איין פוס, ארויסנעמען האלטן 10 מינוט אין די ליפטן זעהן צו עס איז נישטא קיין דיפעדי דו אין די מקוה!

ס'ארא איינפאל!


נישט געוויסט אז עס קען אויך הארט מאכן די פינגערס....

מאנטאג מרץ 17, 2014 10:05 pm

דער גוי איז הייליג גערעכט, מיט דע היינטיגע גרויסע בעגס און באטלעך וואס דע בחורים און אינגעלייט קומען, קען מען זיך טאקע טועה זיין

מאנטאג מרץ 17, 2014 10:08 pm

מי הוא זה האט געשריבן:דער גוי איז הייליג גערעכט, מיט דע היינטיגע גרויסע בעגס און באטלעך וואס דע בחורים און אינגעלייט קומען, קען מען זיך טאקע טועה זיין


כחחחחחח....... דער נעמט עס נאך אן אזוי ערענסט...

מאנטאג מרץ 17, 2014 10:22 pm

מילין_יקירין האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:שוין!!! האלטס א אויג די נעקסטע שטיק צייט! עס קומט א נייע ר"ת אין המספיק גאזעט.

עס גייט הייסן "מי"מ" פאביע! (מילין יקירין מקוה פאביע) גייט זיין גרויס טרעפיק ביי די בורות אריינגאנג, ווען דער עולם וועט אריין שטעקען איין פוס, ארויסנעמען האלטן 10 מינוט אין די ליפטן זעהן צו עס איז נישטא קיין דיפעדי דו אין די מקוה!

ס'ארא איינפאל!


נישט געוויסט אז עס קען אויך הארט מאכן די פינגערס....

מילין_יקירין האט געשריבן:כחחחחחח....... דער נעמט עס נאך אן אזוי ערענסט...

מאנטאג מרץ 17, 2014 10:23 pm

ערנסט צודרייט (ע"ש המקוה דרייער) דא [נישט נעמען ערנסט]

מאנטאג מרץ 17, 2014 10:37 pm

מילין, האסטו מיך געמאכט אזאנס לאכן #ערענסט

מאנטאג מרץ 17, 2014 10:42 pm

מיין מקוה איד האט אריינגעלייגט אזויפיל פון די סחורה, אז די מויל איז מיר פארהארטעוועט געווארן אין א שמייכל מינע...

מאנטאג מרץ 17, 2014 11:58 pm

און דער זאגט עס נאך ביים באלעמער. חחחחח

דינסטאג מרץ 18, 2014 12:20 am

אזאנע איידיעס!!

דאנערשטאג מרץ 20, 2014 12:09 am

אוי וויי סהאט פאסירט....
היינט צופרי אריינגייענדיג אין מקוה, האבעך זיך דערמאנט פונעם אשכול, און די פאנטאזיע האט אויסגעשפילט אין מוח א ספעקטאל.... כהאב זיך נישט געקענט איינהאלטן און זיך גענומען לאכן...

א אינגערמאן נעבן מיר קוקט זיך אום אומבאקוועם, און פרעגט מיר, וואס איז געשעהן? פארוואס לאכט איר, איך בין געבליבן זייפיגץ?

כחחחחחח....... פלצתי..... נישט געקענט צום ווארט קומען...
דער אינגערמאן זיכט נעבעך מיטן האנט אויף זיין קאפ אויב עס איז געבליבן זייף....  

ענדליך זאג איך אים, אנשולדיגט, אבער נישט וועגן אייך לאך איך, נאר ווייל... --- נו, אינגעלייט, וואס שטייען ענק דא ביי די שטיגן? לאזט אדורך גיין---
א דיקליכן מאן מיט א העווי גרויסע צועפענטע בארד שטיפט זיך אדורך און זיינע אויערן זענען פול מיט ווייסע שאום... ער האט פארגעסן זיך אפצושווענקען...

זאג איך אים: אה, ישר כח! איר האט געראטעוועט דעם מצב!
וואס איז?
פרעגט אים! (אנווייזענדיג אויפן ערשטן אינגערמאן...)

כהאב זיך שנעל אינטערגעטונקען, און ארויסגעיאגט פון בור געכאפט מיין האנטיך, און ערשט אפגעווישט דעם פנים און אריינגעלאכט דארט פאר 10 מינוט........

זונטאג מרץ 23, 2014 4:58 am

אה
כ'האב מיר געוואונדערט וואס סגרויסע געלעכטער.... אה יעצט לאך איך אויך

זונטאג מרץ 23, 2014 1:34 pm

דאס איז דאך מורא'דיג

מאנטאג מרץ 24, 2014 6:18 pm

מילין יקירין, דיין ערשטע איז גוט, דיין הוספה איז נאך בעסער!
גוט געלאכט.
שרייב א תגובה

Advertisement