גריסן און שמועסן
זונטאג מרץ 09, 2014 11:26 pm
איך וויל האבן א גרויסע קרוז שיף אויסגעשטאט פאר חרדישע אידן. א אפ-סקעיל מקוה, א הערליכע בית המדרש, הכל התורה מיט צוגעשטעלטע חברותות, א שטאק אראפ אינטערן וואסער וואס האט א וואנט פון גלאז צו קענען מיטהאלטן וואס די פיש טוען דארט.
עסן זאל זיין מיט א שטרענגע השגחה, אבער היי סטייל. א סערוויס צו אויפוועקן צו זמן קריאת שמע, פארוויילונגען, - סארי... "אויסטשוכענען" פלעצער ווי קען מען מאכן פיזיקל אקטיוויטי , כשר'ע סווימינג פולס, דאקטוירים וואס קענען געבן מעסארדשעס פאר לאנגע שעות, און אויסגראדן דעם געבויגענעם שדרה.
טעראפיסטן וואס וועלן אויסהערן און העלפן אראפלאדענען אלע מאנקיס וואס דרייען זיך אין קאפ.
א באזונדערע אויספלוג, צו שטילן דעם דורשט פאר עפעס וואס מען וואלט עכט געוואלט... למשל: פאר עקסטער געלט קען מען שפילן רבי! מען קריגט א פעלץ מיט א שטעקן, און א גבאי, און א הכל הקודש ווי מען קען פירן טיש, און אויפשניידן א חלה גרויס 4 פיס. און מענטשן וועלן שרייען יחי אדונינו... דערנאך א פריוואטן אויפנאם צימער ווי מענטשן וועלן אריינגיין אל הקודש פנימה, און זיך קוויטלען...
א באזונדערע פראגראם פאר די וואס ווילן זיין א הצלה מעמבער..... מען וועט זיי וועקן אינמיטען די נאכט מיט עמערדשענסיס, זאלן זיי שפירן "עכט" דעם טעם...
א פראגראם פאר די וואס ווילן זיך שפירען ווי ביליאנערן! מען וועט זיי געבן א אפסקעיל אפיס, סעקרעטארן, מיט "וויכטיגע" מיטונגען ווי עס וועלן קומען פארשטייער פון בענק, און דרייען (מכלומפירשט) מיט גרויסע געלטער, ער וועט קויפן הייזער, מיט ווילאס ביי די קאריביען אינזלען , פלו פרינטס פון מוסדות התורה וואס ער האט אויפגעבויעט. מיט צענדליגער פלעגס פון מוסדות אין ארגענעזאציעס ווי ער האט באשטייערט מיליאנען... מענטשן וועלן אים אפגעבן דאס כבוד און זיך חנפ'ענען ווי עס ברויך...
א פראגראם פאר דו וואס ווילן שפילן כמעט עני אנדערע הויעכע אימעדשינערי פאזיציע... פרעזידענט פון יוניידעט סטעיס מיט א אוועל אפיס! ער וועט באקומען טעלעפאן קאלס פון הויעכע וויכטיגע פיגורירן פון ארום די וועלט... פארשטייצעך מיט א שווארצע קעסטל ווי ער קען ארויסשיסן נוקלארע שפיצן אויף אלע זיינע שונאים...
דער שיף זאל אויך פארמאגן אן אייגענעם קרעטשמע/וועלטל ווי יעדער קען שפילן ווי וועלכע ניק ער וויל...
א פראגראם ווי מען קען טוישן צו וועלכע חסידות מען וויל...
בקיצור, די ליסט איז גרויס! מען רעדט דא פון א יאמאנגעס שיף וואס וועט האבן 28 שטאקן, און גרויס און ברייט וואס פיט נישט אדורך דעם פאנאמע - סועץ קאנאל...
אזא רייזע וועט נעמען פון 7 טעג ביז 60 טעג... און וועט קאסטן גאר ביליג! וויאזוי? פשוט, אויב קומסטו פאר 7 טעג און דו ווילסט שפילן "רבי" דאן מוסטו בלייבן נאך זיבן טעג און ארבייטן אלץ א הייסער חסיד... אדער אראפגיין ארבייטן אינעם קאך, און וואשען דישעס... אזוי וועט אויסקומען אז מען וועט אייביג האבן אסאך ארבייטערס וואס וועלן אויספירן די אלע פליכטן, און זיי וועלן נישט באצאלט ווערן. אזוי וועט מען קענען אנהאלטן דעם גאר ביליגן פרייז וואס דאס וועט אטמאטיש מאכן אז די שיף וועט אייביג זיין פול...אז עס זאל זיך מיר לוינען דעם ביזנעס און מיין קרוז פירמע זאל נישט גיין באנקראט....
Advertisement
זונטאג מרץ 09, 2014 11:31 pm
עס הערט זיך זייער גוט! וואו קען מען זיך איינשרייבן?
זונטאג מרץ 09, 2014 11:34 pm
שלאף מיין קינד רו מיין נשמה, מאך די אויגן צו... איי לי לאלילא...
זאג! וואס טראכסטו בייטאג אז דו חלומ'סט אזוינס ביינאכט..?
זונטאג מרץ 09, 2014 11:36 pm
ידיד האט געשריבן:שלאף מיין קינד רו מיין נשמה, מאך די אויגן צו... איי לי לאלילא...
זאג! וואס טראכסטו בייטאג אז דו חלומ'סט אזוינס ביינאכט..?
זעסטאך אליינס...
זונטאג מרץ 09, 2014 11:36 pm
העסט דאך דארפן עטליכע וואלענטירן אנצוהייבן, ווילאנג די "סיסטעם" ארבייט זיך אויס, כ'בין גרייט אויף צו אויספראבירן עטליכע סערוויסעס!!
מאנטאג מרץ 10, 2014 12:24 am
איך דארף דא דריי אידען מען זאל איהם מיטיב חלום זיין.
ער חלום'ט אז א רביש קינד זאל אמאל גיין ארבייטען.
מאנטאג מרץ 10, 2014 3:53 am
א פחד פון א חלום.
מאנטאג מרץ 10, 2014 7:33 am
וואאאףף וואט עי חלום...!!!...!!!...!!!
מילין, דיין ניק וועט אויך זיין עוועילעבל?
מאנטאג מרץ 10, 2014 12:07 pm
עעםם.... אויב דענק איך גוט האט המספיק אזא פראגרעם, ניין?
דינסטאג מרץ 11, 2014 11:07 pm
כ'לאך פון די ארטיקל, און לאך אויך פון די תגובות.
ייש"כ.