גריסן און שמועסן
דאנערשטאג מרץ 06, 2014 1:08 am
די שול איז שוין פון לאנג פערטיג, די ארון קודש ליגט שוין אין פלאץ, די בענק און טישן, אפילו די נייע סידורים ליגן שוין אויפן פאליצע. אבער רבותי, מען קען נאכנישט עפענען דעם שול ווייל... נישטא קיין בית הכסא'ס!
פאר די מקוה האט מען היבש שנעל געטראפן א נדבן, אבער פאר די בית כסא'ס דערנעבן וואס ווארטן מען זאל זיי צוענדיגן וויל זיך קיינער נישט אנרופן און מנדב זיין... וטענתם בידם ווי קען מען דען לייגן זיין נאמען אויפן טעוועלע הבית כסא הזאת נתנדב ע"י____ לע"נ____.
רבותי וואס טוט מען? איינער אן עצה?
נב. אן אמת'ע מעשה נישט לאנג צוריק
Advertisement
דאנערשטאג מרץ 06, 2014 1:58 am
איך האב געהערט (כ'ווייס נישט ווי קראנט) אז כ''ק אדמו''ר מוויזשניץ מאנסי שליט''א האט געהאט באקומען א נדבה פון איינעם וועם ער האט נישט געוואלט ניצן יענעם'ס געלט (סאיז נישט געווען פון קיין ערליכע מקורות) האט ער געהייסן אז מ'זאל בויען דערמיט די בית כסא'ס אין ישיבה.
דאנערשטאג מרץ 06, 2014 3:18 pm
מען קען טוהן די עצה וואס איך האב אמאל געגעבן פאר א גבאי'ן פון ס'מדרש וואס האט זיך אפגערעדט אז דער עולם קויפט עפעס נישט געהעריג די עליות. האב איך אים גענומען אין די זייט און געזאגט אז פון היינט און ווייטער זאל ער פארקויפן "ירידות", און יעדער זאל קענען מכבד זיין דערמיט זיינע שונאים...
אלזא, די בתי כיסאות קענען אויך פארקויפט ווערן אויף דעם אופן, צב"ש "לכאורה האט באצאלט פאר די זכות אז אט דער שטובל זאל גערופן ווערן 'שוועמל'ס צימער'".
דאנערשטאג מרץ 06, 2014 3:39 pm
איך ווייס גראדע פון א ביהמ"ד וואס עימיצער האט מנדב געווען בס'כיסעס, און לכבוד דעם האט מען אים געגעבן דעם שם אויף איינע פון די חדרי תפלה.
דאנערשטאג מרץ 06, 2014 5:03 pm
און וואס האט מען געטוהן מיטן נדבן פונעם חדר התפילה?
דאנערשטאג מרץ 06, 2014 5:37 pm
שנאפס האט געשריבן:און וואס האט מען געטוהן מיטן נדבן פונעם חדר התפילה?
כ'וואונדער מיך אויך דערויף, מ'האט מיך נישט גערופן ביי יענע קהל'ס מיטונג צו הערן די עמקות פון דעם באשליס...
אפשר ווען דער וועלטל וואלט שוין געשטאנען דעמאלטס ווען זיי האבן דאס באשלאסן, וואלטן זיי געקענט באקומען בעסערע עצות וואס צו טאן...
דאנערשטאג מרץ 06, 2014 5:50 pm
למעשה האט איינער מסביר געווען אז בתי כסאות איז פונקט אזא מצוה ווי אנדערע חלקים פון בית מדרש.
דאס איז חוץ די פאקט אז טויזענטער "אשר יצר'ס" וועלן געזאגט ווערן, און מקיים זיין הלכות פון גוף נקי וכדומה, ונשמרתם וכדומה.
איז אבער דא איין אינטערעסאנטער זאך אז אין בית המקדש גופא איז אויך געווען בתי כסאות ווי חז"ל זאגן אין תמיד, בית הכסא של כבוד היה שם.
און יענע בית הכסא"ס האט מען געבויט מיט די זעלבע געלטער וואס מען האט געבויט די היכל און מזבח, ממילא איז עס א גרויסע זכות...
דאנערשטאג מרץ 06, 2014 5:58 pm
שוועמל האט געשריבן:למעשה האט איינער מסביר געווען אז בתי כסאות איז פונקט אזא מצוה ווי אנדערע חלקים פון בית מדרש.
דאס איז חוץ די פאקט אז טויזענטער "אשר יצר'ס" וועלן געזאגט ווערן, און מקיים זיין הלכות פון גוף נקי וכדומה, ונשמרתם וכדומה.
איז אבער דא איין אינטערעסאנטער זאך אז אין בית המקדש גופא איז אויך געווען בתי כסאות ווי חז"ל זאגן אין תמיד, בית הכסא של כבוד היה שם.
און יענע בית הכסא"ס האט מען געבויט מיט די זעלבע געלטער וואס מען האט געבויט די היכל און מזבח, ממילא איז עס א גרויסע זכות...
זעה אז מען זאל טאקע שרייבן אט די 'תגובה' אויפן טאוועל וואו די נדבן וועט נחקק ווערן, און נאך אזא הקדמה קענסטו ממשיך זיין מיטן שם הנדבן...סאיז נאך עניטיים אזוי אמת ווי לאנגע שורות פון טיטלען...