גריסן און שמועסן
מיטוואך פבואר 26, 2014 1:35 pm
נאך אפאר געלינגענע קומזיצען, מיט חברי איי וועלט, איז אפשר כדי להעלות על שולחן א געדאנק צו מאכען א שושן פורים פארברענג. וואס זאגט דער עולם צו אזא זאך?
Advertisement
מיטוואך פבואר 26, 2014 1:37 pm
שושן פורים בין איך אוט, דער עולם זאל ביטע ברעכן אינדערהיים.
מיטוואך פבואר 26, 2014 1:40 pm
מיט א שמיץ אריבער, איך זע אז הינט בוסטי אין די מאד.
איך מיין נישט אין איי וועלט, מען קען ברעכען אין ביהמ"ד.
מיטוואך פבואר 26, 2014 1:41 pm
להגדיל שמו האט געשריבן:מיט א שמיץ אריבער, איך זע אז הינט בוסטי אין די מאד.
איך מיין נישט אין איי וועלט, מען קען ברעכען אין ביהמ"ד.
דאס מיינעך, פארוואס זאל מען ברעכן בצוותא חדא?
מיטוואך פבואר 26, 2014 1:44 pm
שושן פורים איז די אנגעזעצטע טאג פונעם יאר,
יעדער קומט אריין און שול אויף גערעגט און ברוגז,
און אלע קינדער מיט די פושקעס, און קריכען אויף די נערווען,
און צו אלע צרות רעגענט אום שושן.
זאל שוין דער אייבירשטער צו זען אונזער צער און ברענגען משיח!
מיטוואך פבואר 26, 2014 2:30 pm
אפשר א שיינע באזוך בעצם היום ביים פורים רב אין שטוב? מ'קען זיך פארשטעלן אז קיין גילוי זאל חלילה נישט זיין.
אוי... נאכיש דא קיין רב.
מיטוואך פבואר 26, 2014 3:06 pm
פער בריסטאו האט געשריבן:שושן פורים איז די אנגעזעצטע טאג פונעם יאר,
יעדער קומט אריין און שול אויף גערעגט און ברוגז,
און אלע קינדער מיט די פושקעס, און קריכען אויף די נערווען,
און צו אלע צרות רעגענט אום שושן.
זאל שוין דער אייבירשטער צו זען אונזער צער און ברענגען משיח!
ער איז גערעכט, שושן פורים איז די אנגעזעצסטע טאג פון יאר (אויסער זונטאג יעדע וואך) אוי די הענגאווער, ספילט זיך אראפגעטראסקעט פון מאונט עווערעסט.
מיטוואך פבואר 26, 2014 4:38 pm
יום כפורים איז אזוי ווי פורים האט שוין יעדער זיכער געהערט
איך מיין אז ערב יו"כ איז אביסעל ווי שושן פורים
איך מיין אין די גוסטע שטאפלען
מיטוואך פבואר 26, 2014 4:50 pm
נאופ שושן פורים איז אסאך ערגער
מיטוואך פבואר 26, 2014 5:09 pm
שושן פורים איז פון די פריילעכסטע טעג פון יאר, טאקע אפגעמוטשעט, נישט אויסגעשלאפן אבער פארט גוטמוטיג און אויפגעלייגט, בעז"ה.
עיוה"ק, איז א איד, ערנסט, פארטראכט, ביזי, צובראכן פארן אויבערשטן, אבער דערהויבן און אין הארץ פול מיט פרייד.
ווידעראום, טרויעריג, אנגעזעצט - ווי איר רופט עס - ברויך מען נאר זיין בין המצרים, ת"ב ומכ"ש ביי איכה און קינות.
מיטוואך פבואר 26, 2014 5:23 pm
farshlufen האט געשריבן:שושן פורים איז פון די פריילעכסטע טעג פון יאר, טאקע אפגעמוטשעט, נישט אויסגעשלאפן אבער פארט גוטמוטיג און אויפגעלייגט, בעז"ה.
עיוה"ק, איז א איד, ערנסט, פארטראכט, ביזי, צובראכן פארן אויבערשטן, אבער דערהויבן און אין הארץ פול מיט פרייד.
ווידעראום, טרויעריג, אנגעזעצט - ווי איר רופט עס - ברויך מען נאר זיין בין המצרים, ת"ב ומכ"ש ביי איכה און קינות.
האסט מיר אויס געכאפט מיינע ווערטער.
ביי אינז איז שושן פורים געווען א גאר פרייליכע טאג, פארשטייט זיך אז מען איז אויסגעמיטשעט אבער עס נעמט נישט אוועק די שמחה.
ערב יום כיפר איז א ערענסטע צייט, אבער אנגעזעצט?! ח"ו.
מיטוואך פבואר 26, 2014 6:43 pm
שושן פורים ביז ביינאכט איז מען שוין רעדי פאר א קומזיץ
מיטוואך פבואר 26, 2014 9:28 pm
שושן פורים איז זייער א גינסטיגע צייט, די שמחה פון פורים איז נאך אין די לופטן, די בגדי שבת גיבן אויך אסאך צו, מען ארבעט נישט, אלעס איז רואיג, די טומל פון פורים איז שוין נישטא די יאגעניש פון די וואכנטעג איז נאכנישט דא, עס איז א בחינה פון חול המועד.
און אויב געלונגט עס גוט כאפט מען נאך אמאל אריין א שושן פורים טיש ערגעצוואו
דאנערשטאג פבואר 27, 2014 12:22 pm
ביי אונז פלעגט מען זיך אויסדרוקן:
"די 'שושנת יעקב' וואס ווערט געזונגען ביי שלש סעודות א וואך נאך פורים האט גענוי דעם זעלבן טעם ווי א 'גלעזל וויין' אום שושן פורים", ודו"ק - בדוק ומנוסה.
דאנערשטאג פבואר 27, 2014 5:37 pm
דארפסמאן האט געשריבן:שושן פורים ביז ביינאכט איז מען שוין רעדי פאר א קומזיץ
דאנערשטאג פבואר 27, 2014 5:55 pm
די וואס ווילען א קומזיץ אום שושן פורים זענענן ל"ע קינדערלאז אדער אלמן'ס? ווי אזוי איז אפילו פיזיש שייך איבעצולאזען דאס געזינדעל אין אזא טאג? {איך רעדט שוין נישט אז עס איז שטארק נישט אויסגעהאלטען}
דאנערשטאג פבואר 27, 2014 6:06 pm
מחותן האט געשריבן:די וואס ווילען א קומזיץ אום שושן פורים זענענן ל"ע קינדערלאז אדער אלמן'ס? ווי אזוי איז אפילו פיזיש שייך איבעצולאזען דאס געזינדעל אין אזא טאג? {איך רעדט שוין נישט אז עס איז שטארק נישט אויסגעהאלטען}
איך גיי געווענטליך ארויס שושון פורים צו טישן. פלעי'ס וכד' איך האב ב"ה א שטוב מין קינדעלעך און געווענטליך זענען זיי שיכור מיעד און מען קען זיי לייגען שלאפען פרי און אזוי נאך ארויס גיין פארברענגען
דאנערשטאג פבואר 27, 2014 7:04 pm
פארוואס איז שווער און נישט אויסגעהאלטן איבערצולאזן דאס געזונדל שושן פורים נאכמיטאג אדער אין אוונט מער ווי א געווענליכע מוצ"ש?