גריסן און שמועסן
מאנטאג פבואר 24, 2014 3:39 pm
דער געהענגל ווערט פארפלאנצט אין אונזער פארום, מיטן ציהל אז יעדער וואס איז מאיזה סיבה שהיא אין די גיסטע פון צו רעדן, רעדן און רעדן, זיך אמפערן, טענה'ן און דעבאטירן ציהלאז, אזוי ווי דער רעדל פון א וואסער-מיהל דרייט זיך פון אונטן אויף ארויף און פון אויבן אראפ אבער קומט אן אין ערגעץ, אדער פאר ווער עס זוכט זיך צו דינגען אויף יענעמס אויסדרוק, ווארט אדער תנועה, נאר נישט צוריקומען צום ענין, זאל האבן א שטיבל וואו זיך אויסצוגעבן און נישט שטערן דעם ציבור וואס לעכצט נאך א געהעריגער ארענטליכער שמועס.
Advertisement
מאנטאג פבואר 24, 2014 3:44 pm
א טאטע האט געשריבן:אדער פאר ווער עס זוכט זיך צו דינגען אויף יענעמס אויסדרוק, ווארט אדער תנועה, נאר נישט צוריקומען צום ענין, .
דער וואסער מיהל קומט אבער יא צוריק צום ענין.
מאנטאג פבואר 24, 2014 3:58 pm
במחילך כבודך, דו ווייסט נישט וויאזוי א מיהל ארבעט
מאנטאג פבואר 24, 2014 4:10 pm
אחר עיון רב נראה, אז ער האט צומישט צווישען א "וואסער מיל" און "מאלן וואסער"!
איינס האט שוין איינמאל א ציל! און די צווייטע האט א ציל איינמאל!
מאנטאג פבואר 24, 2014 4:19 pm
קעניש זיין!
מאנטאג פבואר 24, 2014 10:11 pm
יוראפ, פרוביר עס אויס אין נאכדעם שרייב!
דינסטאג פבואר 25, 2014 12:57 am
לכתחילה אריבער האט געשריבן:אחר עיון רב נראה, אז ער האט צומישט צווישען א "וואסער מיל" און "מאלן וואסער"!
איינס האט שוין איינמאל א ציל! און די צווייטע האט א ציל איינמאל!
דארפסט געבן א לענגערע אנאליז דאס צו ערקלערן
דינסטאג פבואר 25, 2014 11:09 am
סארא קארופציע דא
דינסטאג פבואר 25, 2014 1:52 pm
איז אזוי. למען השלום והאמת וועל איך טוהן דעם דראסטישן שריט פון אויסקלארן דעם ענין.
ששש מ'בעט ס'זאל זיין שטיל אפאר מינוט. ש'כח.
ברשות די גאנצער עולם וואס איז זיך דא צאמגעקומען, און ברשות די מענטשן וואס זענען שוין דא פון פאר מ'האט זיך צאמגענומען, (דרך אגב, וואס האט עטס געטון דא? מ'האט געזאגט נישט צו קומען פאר די צייט. הא?)
כל אשר ישנו פה, וכל זה איננו שווה לי... אהם.. אנטשילדיגט. אשר עננו השם.. שוין בקיצור.
בעצם דארף מען פארשטיין ווען מ'האט געשריבן וואסער מיל, וואס האט מען געמיינט? איז דאס די באקאנטע וואסער מיהל וואס ליגט נעבן טייך מיט א האלבע ראד אריינגעשטעקט אינעם וואסער? אדער מיינט מען א צווייטע זאך אינגאנצען.
ווי כאפט א פראסק? כ'מיין א נפק''מ? אויב מיינט מען עפעס אנדערש, ברויך מען קודם געוואויר ווערן וואס מען מיינט, פארן אריין לאזן זיך אין וויכוחים. ממילא וועלן מיר אננעמן אז יא. מ'מיינט די וואסער מיל מיטן היי הידוע. (די היי גייט מען באלד ניצן ביים צומאלן) איז דער וואסער מיהל האט צוויי חלקים. די ערשטע איז די עצם מיהל, דאס הייסט די נפש הבהמית, נו.. דו האלץ און שטיין אדיר אייזן גאר, פון וואס די מיהל איז צאמגעשטעלט געווארן. די חלק מיז זיין וואסער. פשוט ווייל אזוי האט מען עס געבויעט.(נישט געבויעט פון וואסער, נאר געבויעט צו ניצן מיט וואסער)
נאכמער. ווען דו האסט געקויפט די מיהל, האסטו דאך געקויפט די מיהל אלץ וואסער מיהל, איז אז דו וועסט עס דרייען מיט די הענט (אדער מיט א גאפל, אויב ביזטו א ליטווישע) גייט די גאנצע מקח אריין אין ספיקות. ממילא דא האנדעלט מען זיכער פון וואסער.
אלא מאי ווי איז אונזער ספק? נאר ביי די אנדערע חלק וואס צו דעם קומען מיר יעצט צו. וואס דאס איז בעצם א פעלד פאר זיך. וואס טוט מען מיט א מיהל? די פשוטע תירוץ אויף דעם איז... מאלן. ס'איז אבער נישט אזוי פשוט און איך וועל מסביר זיין פארוואס. מאלן איז לשון רבים. אלעס. פון מאלן ווייץ, ביז געמאלענע קוגעל (פאר די מענטשען וואס רופן אזוי אן די קישקע). ממילא ווען דו זאגסט מאלן, וואס מיינסטו? וואס זאל מען מאלן. די גרינגסטע וואלט געווען, צו מאלן היי, פשוט ווייל דאס האב מיר שוין סייווי פון כנ''ל. אבער וואס וועט מען האבן דערפון? וואספארא ניצן וועלן מיר האבן פון צעמאלענע שטרוי? ממילא שטרוי איז ארויס פון געשעפט.
איז וואס יא? פארדעם האט מען געעפנט די אשכול. פארצושלאגן פאר די עולם א פלאן. וויבאלד מיר האבן א וואסער מיהל, וואס די נאמען דערפון קען בטעות מאכן אז מענטשן זאלן מיינען אז מיר מאלן וואסער, (נעבעך איינגערעטע מענטשן.) און פאר אונז וועט עס דאך נישט אויסמאכן צו סאך ווייל מיר האבן שוין סייווי די וואסער (פון די מיהל), איז עס דאך זה נהנה וזה מעשה המנורה... כמיין זה שיש לו אינו.... כמיין ..בקיצור.
נאך די שורות פארשטייט שוין יעדער זייער גוט פשט וואס הייסט ''מאלן וואסער''.