Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

אז דו ווילסט אריינקומען, קלאפ שטארק!

זונטאג יולי 01, 2007 2:51 pm

רבותי, אקעי. קיינער איז נישטא. דערפאר וועל איך - אלס סכן ראש הקהל - מאכן די מעלדונג:
די קרעטשמע ווערט יעצט גענצליך פארשפארט! קיינער איז סיי-ווי נישטא. ס'א שאד צו האלטן אפן די לעקטער אומזיסט. ס'סתם ארויסגעווארפן אידיש געלט, און וויאזוי שטייט נאר אין פסוק? התורה חסה על ממונם של ישראל!
ווער ס'וויל זאל יעצט קומען רעכענען, ווייל מ'שפארט צו ביז צען מינוט!
אז איינער וויל אריינקומען, זאל ער קלאפן שטארק. אפשר וועט זיך איינער פון די איינגעשטעלטע מרחם זיין און עפענען.

Advertisement

זונטאג יולי 01, 2007 3:18 pm

א חוצפה און א העזה, מיינסט אז דו ביסט בעה"ב אטא דא, דא איז אפן צווענטי פאר זיקס, ווילסטע יא ווילסטע נישט.

זונטאג יולי 01, 2007 3:22 pm

אויטש, סארי, כ'האב נישט געוואוסט אז נאך איינער איז דא.

זונטאג יולי 01, 2007 3:36 pm

מאשקע, נישט געזארגט, שבעה עשר מיטן דזשעלי 4 העלן עס באצאלן! כאפ א דרימל ווייל אין יענע טעג וועסטו נישט קענען באווייזן צו ליינען אלע פרישע תגובות.

זונטאג יולי 01, 2007 5:11 pm

גוט געזאגט יגר'ל;;;~~~!!!

זונטאג יולי 01, 2007 5:13 pm

און וואס טוט זיך ביז געמאלט? דארפן מיר אויסגיין?

זונטאג יולי 01, 2007 7:41 pm

יא, קענסט אז דו ווילסט, אבער מאך זיכער צוריקצוקומען צו מעריב.

זונטאג יולי 01, 2007 8:42 pm

נאך היינט? אדער דשעלי 4?

זונטאג יולי 01, 2007 9:06 pm

וועגן דזשעלי ביענס בין איך נישט אזוי באקאנט.

זונטאג יולי 01, 2007 10:35 pm

מאשקע, איך בין דא צוריק צו מעריב, האסטו מיר א מנין?

מאנטאג יולי 02, 2007 9:23 am

איך קלאפ שוין איבער א שעה, כהאב אויפגעבראכן די טיר, איך צאל נישט קיין איין פענע !

מאנטאג יולי 02, 2007 11:54 am

נעקסט טיים אינסטאלירטס א האלצערנע טיר נישט קיין אייזערנע, איך קלאפ און קלאפ, קיינער עפענט נישט דא.
יעצט זע איך איזאק האט עס מסדר געווען

מאנטאג יולי 02, 2007 12:39 pm

איזאק די וועסט מיזן באצאלען צי פיקסן די טיר

מאנטאג יולי 02, 2007 1:49 pm

דו שיק נאר די ביל ער וועט שוין קעיר נעמען דערפון ווייטער.

דינסטאג יולי 03, 2007 12:11 pm

יגרסהדותא האט געשריבן:מאשקע, נישט געזארגט, שבעה עשר מיטן דזשעלי 4 העלן עס באצאלן! כאפ א דרימל ווייל אין יענע טעג וועסטו נישט קענען באווייזן צו ליינען אלע פרישע תגובות.


אבי גערעדט!

דינסטאג יולי 03, 2007 12:20 pm

עה, יגר געשריבן.

דינסטאג יולי 03, 2007 6:00 pm

עניוועי, קען מען שוין דא אריין קומען אן קלאפן, עטליכע חברה האבן שוין צובראכן די טירן.

דינסטאג יולי 03, 2007 6:43 pm

מאשקע, כ'בין נישט מודה צו דיר, מיין האנט האטזעך קימאט צובראכן....... כאב געהאקט און געהאקט און צוהאקט...... נעקסטיים טוה דאס נישט צו מיר.

דינסטאג יולי 03, 2007 6:44 pm

צי וואסערע דאקטער ביסטו געגאנגען / אין וויפל האט דיר די דאקטער געקאסט ? / די קרעטשמע וועט באצאלען

דינסטאג יולי 03, 2007 6:46 pm

כ'ווייס נישט צי די קרעטשמע, אבער דער דארפסמאן, רעדט ווי איינער וואס האט, אויף אים קענסטו רעכענען.

דינסטאג יולי 03, 2007 6:59 pm

פון ווי ווייסטו ?

דינסטאג יולי 03, 2007 8:03 pm

וואו איז די טיר? וואו קלאפט מען?

נעקסטיים לייג א קלינגער

מאנטאג יולי 09, 2007 10:44 am

מאשקע, שערקויעך פאר'ן אשכול, כאגעלאכט ביי איטליכע תגובה...

כ'מיין מ'דארף שוין נישט קלאפן, דער עולם איז שוין צוקלאפט.....

מאנטאג יולי 09, 2007 11:38 am

סאכדעס, אבי גערעדט, קיינער, און טאקע קיינער איז נישט צוקלאפט. או אז דו האסט נישט ווער ס'זאל דיך צוקלאפן, מיינט נאכנישט אז דו דארפסט זיך אליינס צוקלאפן.

דינסטאג יולי 08, 2008 7:11 pm

יוי נעבעך, סארא דורכפאל, איינער האט 'סתם אזוי' אהער געלינקט עפעס צו ווייזן, און איך כאפמעך נישט אז ס'איז שוין אן אלטע מעשה, (שיין עלעך אויסזען אז כ'וועל געדענקען זאכן וואס זענען שוין געשריבן געווארן מיט א יאר צוריק.) און איך ליינעס מיט דארשט, כאטש איך באמערק אז מאשקע שרייבט סכן און נישט מ. אבער דאס האט מיך נאכנישט געשטערט צו ליינען און (פריש.) הנאה האבן, אבער אט באמערקעך, אז איך הער האט שוין מגיב געווען, און לויט מיין אינפארמעישן ווייסעך דערווייל נישט אז נאך איינער זאל ניצן מיין ניק, הערשט דאן האבעך אנגעפאנגען צו קוקן אויף דעיט'ס, און ס'ימער געווארן שווארץ (אויף ליכטיג בלוי.) פאר די אויגן. עניוועי, זאל דאס זיין מיין ערגסטע דורכפאל אין מיין לעבן, שטיי איך גוט. און אז איך האב געהאט א דורכפאל מעגעס דערוילעם וויסן.

און כאטש ס'איז גראדע דא אן עקסטערע דורכפאל אשכול, אבער כ'קען באשטיין, אז דו וואס זענען דאן נאכנישט דא געווען, זאלן אויך אריין פאלן און הנאה האבן.
שרייב א תגובה

Advertisement