Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

רונדע פון "פורים שטורעמס" דעם פרייטיג תשא תשע"ד

פרייטאג פבואר 14, 2014 1:23 pm

במשך דעם טאג איז ערווארטעט 16 גרויסע פורים שטורעמס אין די שניי סטעיט געגנט, אפגעריקט מיט בלויז א שעה צוויי איינס פון צווייטן.

די ערשטע רונדעל איז ערווארטעט פאר עטליכע שעה צוריק, ס'וועט זיין א רונדעלדיגע שטורעמדיגע חלה פון ארום 6 ביז 8 אינטשעס ביי די אייער שפייז פון שולחן עורך פרישטאג, און 5 ביז 1 אינטשעס אינעם קאפ קאווע ווען עס ווערט הויל.

---

די נעקסטע פורים שטורעם קען סיריעסלי באטרעפן די געגענט פון נאכמיטאג ביז ביינאכט, טייל געגענטער ספעציעל ביי טועמיה קענען מעגליך באקומען ארום 8 ביז 12 אינטשעס קוגל, און א פרישע 3 ביז 6 אינטשעס געפילטע פיש, בעפאר א טשעינדש אויווער צו חריין און פארגליווערטע קאטשיניא, און מעגליך שטארקע קאבארנעי וויין.

---

די דריטע פיהר-אים שטורעם איז ערווארטעט ביי לכה דודי שבת פרשת כי תשא, נאך עטליכע גלעזלעך קען מען נישט אויסרעכענען און גאנץ מעגליך מאכן א פיהר-אים ארויס פון ביהמ"ד שטורעם, אבער דערווייל איז נאך צו פרי צו זאגן ספעציפישע דיטעלס, ווי שיכרות אמאונטס וכדומה.


לכבוד פורים דער קליינער

Advertisement

פרייטאג פבואר 14, 2014 1:26 pm

שוועמל עט היז בעסט!

פיין געשמייכלט.

פרייטאג פבואר 14, 2014 1:32 pm

;l;p- :lol:

פרייטאג פבואר 14, 2014 3:04 pm

בילד פון איינע פון די פורים שטורעמס אין קרית יואל היינט (ר' ישעי' יאנקל קאהן מיטן רונדעלדיגע שטורעמדיגע חלה כ'מיין שטריימל פון 6 ביז 8 אינטשעס)
עטעטשמענטס
BgdcFTnCMAAsI0Y.jpg

שבת פבואר 15, 2014 10:50 pm

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:בילד פון איינע פון די פורים שטורעמס אין קרית יואל היינט (ר' ישעי' יאנקל קאהן מיטן רונדעלדיגע שטורעמדיגע חלה כ'מיין שטריימל פון 6 ביז 8 אינטשעס)

קוקט אויס ענדערש ווי ערב שושן פורים קטן

זונטאג פבואר 16, 2014 11:01 pm

ער איז שוין ווייס?

זונטאג פבואר 16, 2014 11:19 pm

אהה שייע יאנקל,
איך מיין לכבוד פורים וואלט ער עס געדארפט אויסטון..

זונטאג פבואר 16, 2014 11:57 pm

להגדיל שמו האט געשריבן:ער איז שוין ווייס?

וואס האסטו געוואלט גרינע שניי?

מאנטאג פבואר 17, 2014 8:27 am

זיין בארד.

מאנטאג פבואר 17, 2014 8:34 am

שוועמעלע, קום אריין אהער עפעטער.
שרייב א תגובה

Advertisement