Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

שרייבן אויף אייוועלט א סגולה אויף אריכת ימים

מאנטאג פבואר 03, 2014 4:04 pm

איך וויל פרעגן פון די אלע אייוועלט שרייבער'ס, צו איינער ווייסט אויב ס'האט שוין אמאל פאסירט אז א אייוועלט שרייבער זאל חלילה גיין פון די וועלט? ווייל איך האב נאך קיינמאל נישט געזען ערגעץ שטיין באשריבן אויף איינעם אז ער איז געווען אויף אייוועלט [לאחר מות קדושים איז זיכער נישט שייך קיין גילוי]. ס'זעט מיר עפעס אויס אז זיין דא אויף אייוועלט איז א סגולה אויף אריכת ימים.

Advertisement

מאנטאג פבואר 03, 2014 4:15 pm

קרעמער איז נעבעעעעך אוועק פין "די" וועלט

מאנטאג פבואר 03, 2014 4:25 pm

קיינער דא איז נישט עלטער ווי 7 יאר

#דאג_יערס

מאנטאג פבואר 03, 2014 4:28 pm

מיר איז די שרייבן אויף אייוועלט מקצר ימים, איך קום נישט אן צו גארנישט...

מאנטאג פבואר 03, 2014 4:42 pm

ווער ווייסט אפשר איז שטארק געווען דא א שרייבער

מאנטאג פבואר 03, 2014 4:43 pm

די סגולה איז מען יוצא מיטן שרייבן איינמאהל אין לעבן אויך?

מאנטאג פבואר 03, 2014 4:55 pm

האב איך דען געמיינט סתם זיך נאריש צו מאכן? מיין שאלה איז עכט געווען עפעס אנדערש:

צו וואלסטו געוואלט אז מען זאל לאחר מאה ועשרים וויסן אז דו האסט געשריבן אויף אייוועלט? [לאו דוקא וואס פונקטליך דו האסט געשריבן, נאר דער פאקט אז דו האסט געהאט א ניק אויף אייוועלט] האלטסטו אז דאס איז א נארמאלע און אויסגעהאלטענע זאך? וויאזוי ווילסטו דיינע קינדער זאלן דאס באטראכטן?

מאנטאג פבואר 03, 2014 7:37 pm

שרייבן אויף אייוועלט איז נישט די מטרה, עס איז די אמצעי. די עיקר איז אדער די פעולה (א שרייבער) אדער די נפעל (מחזיר בתשובה געווען דורך זיין שרייבן).

דעריבער איז נישט שייך מספיד צו זיין איינעם 'ער האט געשריבן אויף אייוועלט', פונקט ווי מ'איז נישט מספיד 'יענער האט געגעסן די קרבן פסח מיט א גאפל' ווייל די גאפל איז נאר די אומוויכטיגע אמצעי.

לענ"ד כתבתי. אפשר נישט גוט ארויסגעברענגט באט יו געט די פאוינט.

מאנטאג פבואר 03, 2014 8:48 pm

אמאל קען זיין פארקערט, ווייל ס'קען זיך מאכן אז איינער זאל אמאל שרייבן אויף אייוועלט בלויז צוליב דעם וואס די טאג איז אים לאנגווייליג, קומט אויס אז די אריכות ימים איז א סיבה צו זיין שרייבן אויף אייוועלט.

אגב, אז מ'רעדט פון אריכות ימים דערמאנט עס מיר, דערמאנט עס מיר מענין לענין שלא באותו ענין, ווי אלס בחור אין ישיבה איז געווען איינער מרמ"י הישיבה, וואס נאך יעדן שטיקל התרשלות אין ישיבה פלעגט ער צו גיין צו די בחורים זאגנדיג ס'הייבט זיך אן א פרישער זמן, הייבטס אן מיט א התחדשות, ס'איז א נייער זמן.

האב איך דאן געזאגט פאר עמיצן, אז מיט דעם פארשטיי איך שוין וואס עס שטייט אין בריוו פונעם ישמח משה זי"ע, אז שעה אחת בימי הבחרות איז כשנה שלימה, ווייל אויב איז יעדע האלבע שעה א פרישער זמן קומט אויס אז יעדע שעה איז א פרישע יאר.

עכ"פ האב מיר לויט דעם חשבון געהאט א שיינעם אריכות ימים אין ישיבה, ווייל ס'האט זיך עטליכע מאל געמאכט אזא התחדשות. אפשר אז מ'וועלמיר שרייבן אויף אייוועלט באמצע סדר הלימוד, וועלמיר אויך האבן אזא אריכות ימים. (היינט בין איך א האלב טאג אין כולל, ווי האט יענער געזאגט, א האלבע טאג לערן איך נישט און א האלבע טאג ארבעט איך נישט).

גיימיר לערנען, וואס איז א זיכער סגולה צו אריכות ימים.

מאנטאג פבואר 03, 2014 9:33 pm

שוועמל האט געשריבן:שרייבן אויף אייוועלט איז נישט די מטרה, עס איז די אמצעי. די עיקר איז אדער די פעולה (א שרייבער) אדער די נפעל (מחזיר בתשובה געווען דורך זיין שרייבן).

דעריבער איז נישט שייך מספיד צו זיין איינעם 'ער האט געשריבן אויף אייוועלט', פונקט ווי מ'איז נישט מספיד 'יענער האט געגעסן די קרבן פסח מיט א גאפל' ווייל די גאפל איז נאר די אומוויכטיגע אמצעי.

לענ"ד כתבתי. אפשר נישט גוט ארויסגעברענגט באט יו געט די פאוינט.


שוועמל זאגסט זייער גוט, אבער מיין פראגע איז נישט געווען צו מען זאל מספיד זיין מיט דעם, אודאי נישט, נאר צו דו וואלסט געוואלט אז מען זאל "וויסן" אז דו האסט געשריבן.

שטעל דיר פאר, דער ניק "שישקעבאב" [כהאף ס'איז נישטא אזא ניק] געזעגנט זיך, און זיינע קינדער הערן עפעס פון א חבר אז ער האט איבערגעלאזט צוועלעף טויזנט תגובות אויף אייוועלט, מעגליך אז זיי וואלטן דאס געוואלט צוזאמנעמען און מאכן א קונטרס פון דעם...

דינסטאג פבואר 04, 2014 11:55 am

תמהואומר האט געשריבן:מעגליך אז זיי וואלטן דאס געוואלט צוזאמנעמען און מאכן א קונטרס פון דעם


פארוואס דען נישט, מען וואלט אפשר נישט געשריבן אז "ממה שפרסם על אייוועלט", אבער אסאך דא שרייבן שיינע זאכן וואס מען וואלט געקענט מלקט זיין און אפדרוקן

דינסטאג פבואר 04, 2014 2:35 pm

מ'וועט אבער נאר צוזאמנעמען וואס ער האט געשריבן מיט זיין עמטליכן ניק?

הקיצור מ'גיימיר זיך אנהויבן וואטשן וואס מ'שרייבט, וכל טייפ'ריך בספר נכתבים :shock:

מיטוואך פבואר 05, 2014 3:03 am

ווארד האט געשריבן:
תמהואומר האט געשריבן:מעגליך אז זיי וואלטן דאס געוואלט צוזאמנעמען און מאכן א קונטרס פון דעם


פארוואס דען נישט, מען וואלט אפשר נישט געשריבן אז "ממה שפרסם על אייוועלט", אבער אסאך דא שרייבן שיינע זאכן וואס מען וואלט געקענט מלקט זיין און אפדרוקן

נעוואדע אזוי, מ'וואלט עס צוטיילט אין פרקים, פרק חמישה תיבות, מאמרים יקרים שנכתבו ע"י אבי מורי ז"ל ב'אשכול התיבה האחרון... ועוד ועוד...

מיטוואך פבואר 05, 2014 10:32 am

איך דערהער גוט די נקודה... איך שיק שוין א ריקוועסט צו משומר'ן זאלן מיר צושפארן דעם אייוועלט און לאמיר צוריק אויפטון מער אויף און פאר די אמת'ע וועלט.... אפשר וועלעך נאך סטאפן פון צייט צו צייט כאפן א קאווע מיט א דבר תורה צו דער זייט אבער אה"נ, איך וויל נישט אויף מיין מצבה זאל שטיין פ,נ סלאטפינע.... איך וויל מיין עכטע נאמען אוון מיין עכטע וועלט... הצלחה רבה חברים! און זייטס מיר געזונט!

מיטוואך פבואר 05, 2014 10:54 am

ניין ניין סלאטפינע איך בעט דיר לאז אונז נישט איבער, לאמיר זיך אביסל משתעשע זיין מיט דברי תורה

מיטוואך פבואר 05, 2014 11:23 am

תמהואומר האט געשריבן:ניין ניין סלאטפינע איך בעט דיר לאז אונז נישט איבער, לאמיר זיך אביסל משתעשע זיין מיט דברי תורה

מען קען נישט זיין קיין אוחז את החבל בשני ראשים, האסט איינגעזייט און דאס איז געוואקסן...

און ווייסט וואס איך וועל דיר זאגן? ער איז נישט מער ווי גערעכט
שרייב א תגובה

Advertisement