אנקעטע: יא אדער ניין?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 30, 2014 8:37 am
עס איז היינט א וועלט פון אנקעטעס, און עס האט זיך שוין אריבערגעכאפט דא אינזער וועלטעל אז אויף כמעט יעדע זאך איז שוין דא א אנקעטע, ווי למשל: ווי וואוינט איר/חסידות/חסידות וואנע בי/קאלער בארד/וואג/עקאנעמי/ענפלויט/דאנק קנעפעל, אא״וו, און עס שוין כמעט נישט דא קיין מקום פאר נייע אנקעטע, דערפאר האב איך באשלאסן צי עפענענן די אנקעטע וואס זאל זיין ווי מען זאגט ״די מוטער פון אלע אנקעטעס״ (וועא״מ). דא ווען מען דן זיין אויף די ברענדיגע פראגע: יא אדער ניין?
לאמיר אויסשמיעסן די חילוק פון צווישען די צוויי צדדים, קודם איז דא די פשוט׳ע חילוק וואס יעדער קען זען מיט די אייגענע אויגען, די ווארט ״יא״ האט נאר צוויי אויתיות משא״כ די ווארט ״ניין״ האט פיר אויתיות, (עס איז א עקסטערע שמיעס פאר זיך פארוואס די פאזעטיווע ווארט ״יא״ איז קלענער ווי די נעגאטיווע ווארט ״ניין״ ואכמ״ל והרי״ע)
דערנאך איז דא די אנדערע חילוקים, ווי למשל.. ״יא״ מיינט אז: יא..! משא״כ ״ניין״ מיינט אז :ניין..!
די שאלה איז צו דער עולם איז פאר יא? אדער עולם איז פאר ניין?
וואס איז אייער מיינוג: יא אדער ניין?