Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

הבדלה וויין - בּאָרד

דינסטאג ינואר 28, 2014 2:21 pm

מיין טאכטער'ל בעט זיך ביי מיר יעדע מוצאי שבת אז זי וויל "קידוש" (גיי זיי איר מסביר אז יעצט הייסט די גרעיפ דזוס "הבדלה"),
איך פרוביר איר קאטעגאריש אפצוזאגן אז ס'טויג נישט, ס'וועט איר וואקסן א בארד, זי לאזט זיך אבער נישט, והראי' מיין יונגל טרינקט אויך, און ער האט נישט קיין באדר,
(דיסקלעימער: זי קען נישט די בארד ניגון),
הייב איך אן קלערן, אז אפשר איז די גאנצע זאך אן אויסגעטראכטע מעשה!
קום איךארויס מיט א קריאה:
1. וואס איז טאקע די מקור דערפון?
2. איז דא פּראָף דערויף?
3. איז עס נאר גרעיפ דזוס אדער אויך וויין?
4. א חילוק יונגלעך אדער מיידלעך?

Advertisement

דינסטאג ינואר 28, 2014 2:24 pm

זעה דא און די נאכפאלגענדע תגובות

דינסטאג ינואר 28, 2014 2:38 pm

אמאל געהערט פון ר' יוסף חיים גר"וו שליט"א
אז מ'זאל אכט געבן אז די קינדער סיי אינגלעך און סיי מיידלעך זאלן נישט טרינקען קיין הבדלה וויין
ווייל ס'קען צוברענגן א הבדלה צווישן טאטן אין קינד
אבער פארן קינד וואס מיטשעט איז דא א פשוטע עצה גיב איר פון באטל והכל על מקומו יבא בשלום

דינסטאג ינואר 28, 2014 2:38 pm

דארט איז מבואר די ענין פון נישט טרינקען,
איך רעד וועגן די בארד חלק.

דינסטאג ינואר 28, 2014 2:39 pm

ניין ניין איך דארף פון טאטי'ס קאפ!

דינסטאג ינואר 28, 2014 2:39 pm

משיח; מ'רעדט דארט וועגן די בארד חלק אויך, קוק גוט.

דינסטאג ינואר 28, 2014 2:40 pm

קענסט מיך? האט געשריבן:
המסתתר האט געשריבן:כמדומני אז משמו של הרמ"א פריינד זצ"ל פון ירושלים האב איך געהערט נאכזאגן, אז זי מעג טרינקען און "ס'וועט איר נישט וואקסן קיין בארד"...

אין ספר מעשה אי"ש (ח"ה ע' צ"ג) ברענגט ער בשם דעם חזון אי"ש בזה"ל: אמר שטעות שמטו בפי העולם שנקיבה השותית מיין של הבדלה יגדל לה זקן, אלא צ"ל בהיפך שרק מי שגדל לו זקן (פי' זכר) שותה מיין של הבדלה, ע"כ.

דינסטאג ינואר 28, 2014 2:42 pm

פאר א פרוי קען לכאורה על פי דרך הטבע נישט וואקסן קיין בארד
--------
נו גיס אריין קודם אין טאטיס קאפ און פון דארט אין אירס, נישט אזוי קאמפליצירט

דינסטאג פבואר 04, 2014 3:31 pm

א איד געט זיך אלץ אן עצה

זונטאג פבואר 09, 2014 7:37 pm

פינקט דע וואך מוצש"ק האב איך געהערט ביי א שיעור פין הרב חיים אהרן אונגאר שליט"א, אז די גאנצע בארד מעשה האט נישט קיין שום בארד.

זונטאג פבואר 09, 2014 9:47 pm

געליינט אפאר וואכן צוריק און די גליון פון ת"ת קרית יואל ווי זיי האבן יעדע וואך שו"ת (זייער שיין און קלאר עס איז א געוואלדיגע ארבעט...)
אז די ענין קומט וואס מען פלעגט זאגן אז דער וואס האט נישט קיין בארד זאל נישט טרינקען פון די וויין, און עס איז געווארן אויסגעדרייט אז ווער עס טרינקט באקומט א בארד... איך וועל עס פראבירן אפירצוזיכן בעז"ה.

זונטאג פבואר 09, 2014 9:49 pm

רבי הערשל האט געשריבן:געליינט אפאר וואכן צוריק און די גליון פון ת"ת קרית יואל ווי זיי האבן יעדע וואך שו"ת (זייער שיין און קלאר עס איז א געוואלדיגע ארבעט...)
אז די ענין קומט וואס מען פלעגט זאגן אז דער וואס האט נישט קיין בארד זאל נישט טרינקען פון די וויין, און עס איז געווארן אויסגעדרייט אז ווער עס טרינקט באקומט א בארד... איך וועל עס פראבירן אפירצוזיכן בעז"ה.

קוק צוריק עטליכע תגובות (פון ספר מעשה אי"ש).

דינסטאג מאי 13, 2014 9:55 am

למעשה במציאות האט מען נאך קיינמאהל נישט געזעהט א אשה מיט א בארד, וועסטו וועלן זאגען אז קיין ילדה/אשה איז נאך קיינמאהל נישט אדורך געפאלען און יא געטרונקען?
אלזא מוז מען זאגן אז יא עטלליכע פון די אנדערע זייט מחיצה האבען יא טועם געוועהן פון דעם הבדלה וויין, איי ס'דאך דא דער ווערטל, גערעכט, אעפי"כ דער מציאות טוט זיךך זיינס ווייטער אין א בארד אויף א פרוי וועסטו נישט זעהן.
איינער ווילן מיר מיט געוואלד זאגען אז אמאהל קען מען יא באמערקן ווי עס וואקסט זיי א שנארץ אויף די זייטן פונעם מויל.

דינסטאג מאי 13, 2014 1:47 pm

ישלהוסיף האט געשריבן:למעשה במציאות האט מען נאך קיינמאהל נישט געזעהט א אשה מיט א בארד, וועסטו וועלן זאגען אז קיין ילדה/אשה איז נאך קיינמאהל נישט אדורך געפאלען און יא געטרונקען?
אלזא מוז מען זאגן אז יא עטלליכע פון די אנדערע זייט מחיצה האבען יא טועם געוועהן פון דעם הבדלה וויין, איי ס'דאך דא דער ווערטל, גערעכט, אעפי"כ דער מציאות טוט זיךך זיינס ווייטער אין א בארד אויף א פרוי וועסטו נישט זעהן.
איינער ווילן מיר מיט געוואלד זאגען אז אמאהל קען מען יא באמערקן ווי עס וואקסט זיי א שנארץ אויף די זייטן פונעם מויל.

בקיצור נמרץ, לאו דוקא.

(נישט עס מאכט אויס צום עצם יא אדער ניין, נאר די פאקט.)

דינסטאג מאי 13, 2014 3:43 pm

כ'מיין אז ס'איז די זעלבע מקור ווי עס שטייט אז מ'שמירט הבדלה וויין אויף די פלאץ פון די ווארצלעך...

דינסטאג מאי 13, 2014 4:27 pm

ישלהוסיף האט געשריבן:למעשה במציאות האט מען נאך קיינמאהל נישט געזעהט א אשה מיט א בארד,


געדענקט נאך איינער די קאפ-קעיק-לעדי????

דינסטאג מאי 13, 2014 4:28 pm

אוי האט זי געקוויטשעט.... גוטע צייטן געווען

דינסטאג מאי 13, 2014 4:28 pm

יא זי פלעגט האבן א בארד...

דינסטאג מאי 13, 2014 4:51 pm

רבי הערשל האט געשריבן:
ישלהוסיף האט געשריבן:למעשה במציאות האט מען נאך קיינמאהל נישט געזעהט א אשה מיט א בארד,


געדענקט נאך איינער די קאפ-קעיק-לעדי????

לאז איר רוען אין לעכטיגן גן עדן, גענוג געטשעפעט בחיים...

דאנערשטאג מאי 15, 2014 4:28 pm

איך האב איינעם געטשעפעט דא ??

ער זאגט א מציאות, האב איך געזאגט אנדערש.

אין לעכטיגן גן עדן זאל זיי ווייטער ריען

דאנערשטאג מאי 15, 2014 6:36 pm

רבי הערשל האט געשריבן:איך האב איינעם געטשעפעט דא ??

אויב דו געדענקט די פרוי ווייסטו מסתמא אז מ'פלעגט זיך כסדר רייצן מיט איר, איך האב מעורר געווען מ'זאל נישט מאכן קיין געראטשקע ארום איר.
שרייב א תגובה

Advertisement