בלאט 1 פון 2

וויאזוי האט איר פארברענגט די לאנגע תשעה באב?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2006 4:16 pm
דורך 3x0
איך בין אביסעל געזיצען ביי א שיעור, און דערנאך האב איך געוואטשט א קאגעלעך געים, אבער נישט פון קינדער, נאר פון גרויסע טאטעס, עס איז זייער שיין געווען.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2006 4:44 pm
דורך סאכדעס
WOW נעקסטיים געב מיר א רוף.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2006 5:29 pm
דורך 3x0
ווי זאל איך דיך רופן, צו די שיעור, אדער צו די געים?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2006 7:30 pm
דורך קרעמער
איך האב פארברענגט אין די סטודיא'ס פון קרעמער נייעס אגענטור, אי"ה היינט אויפדערנאכט וועט קומען א לאנגע באריכט.

Re: וויאזוי האט איר פארברענגט די לאנגע תשעה באב?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2006 7:53 pm
דורך איך_הער
3x0 האט געשריבן:איך בין אביסעל געזיצען ביי א שיעור, און דערנאך האב איך געוואטשט א קאגעלעך געים, אבער נישט פון קינדער, נאר פון גרויסע טאטעס, עס איז זייער שיין געווען.

וויפיל טאטעס זענען געווען אינוואלווד ?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2006 8:55 pm
דורך מעסטערמיינד
כ'הער
ולמאי נפקה מינה?

Re: וויאזוי האט איר פארברענגט די לאנגע תשעה באב?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2006 10:47 pm
דורך 3x0
איך_הער האט געשריבן:
3x0 האט געשריבן:איך בין אביסעל געזיצען ביי א שיעור, און דערנאך האב איך געוואטשט א קאגעלעך געים, אבער נישט פון קינדער, נאר פון גרויסע טאטעס, עס איז זייער שיין געווען.

וויפיל טאטעס זענען געווען אינוואלווד ?

אינוואלווד ביי די שיעור, אדער ביי די געים, אדער ביי די צוקוקער?

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 04, 2006 1:52 am
דורך קהל'ס נאר
איך בין געשלאפן א פולע נאכט היינט נאכמיטאג, סאו מוז איך יעצט אויף זיין.

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 04, 2006 10:25 am
דורך סאכדעס
3x0 האט געשריבן:ווי זאל איך דיך רופן, צו די שיעור, אדער צו די געים?


צו די געים.

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 04, 2006 10:27 am
דורך 3x0
סאכדעס האט געשריבן:
3x0 האט געשריבן:ווי זאל איך דיך רופן, צו די שיעור, אדער צו די געים?


צו די געים.

אויב איך וועל געדענקן.

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 04, 2006 10:30 am
דורך סאכדעס
3x0 האט געשריבן:
סאכדעס האט געשריבן:
3x0 האט געשריבן:ווי זאל איך דיך רופן, צו די שיעור, אדער צו די געים?


צו די געים.

אויב איך וועל געדענקן.


כ'בעט דיר פרוביר, צייכן דיר עס אן.

Re: וויאזוי האט איר פארברענגט די לאנגע תשעה באב?

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 04, 2006 12:59 pm
דורך איך_הער
3x0 האט געשריבן:
איך_הער האט געשריבן:
3x0 האט געשריבן:איך בין אביסעל געזיצען ביי א שיעור, און דערנאך האב איך געוואטשט א קאגעלעך געים, אבער נישט פון קינדער, נאר פון גרויסע טאטעס, עס איז זייער שיין געווען.

וויפיל טאטעס זענען געווען אינוואלווד ?

אינוואלווד ביי די שיעור, אדער ביי די געים, אדער ביי די צוקוקער?

האסט געגעבן גאנץ גוטע אפשענס , געב ארויס די סודות , געב נאמבערס פון אלע דריי .

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 04, 2006 1:06 pm
דורך סאכדעס
כאב מורא אז טריאו האט זיך בארעכנט צו זיין שטיל, ער וויל נישט מיר זאלן כאפן ווערעריז.

Re: וויאזוי האט איר פארברענגט די לאנגע תשעה באב?

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 04, 2006 2:34 pm
דורך 3x0
איך_הער האט געשריבן:
3x0 האט געשריבן:
איך_הער האט געשריבן:
3x0 האט געשריבן:איך בין אביסעל געזיצען ביי א שיעור, און דערנאך האב איך געוואטשט א קאגעלעך געים, אבער נישט פון קינדער, נאר פון גרויסע טאטעס, עס איז זייער שיין געווען.

וויפיל טאטעס זענען געווען אינוואלווד ?

אינוואלווד ביי די שיעור, אדער ביי די געים, אדער ביי די צוקוקער?

האסט געגעבן גאנץ גוטע אפשענס , געב ארויס די סודות , געב נאמבערס פון אלע דריי .

איך האב דיר געשריבן אין אישית מער פרטים.

סאכדעס,

איך גלייב נישט אז יענער וועט נאך אמאל שפילן קאגעלעך און מיין געגענווארג.

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 04, 2006 2:41 pm
דורך איך_הער
העי יו נעווער נאו .

Re: וויאזוי האט איר פארברענגט די לאנגע תשעה באב?

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 04, 2006 3:08 pm
דורך סאכדעס
3x0 האט געשריבן:
סאכדעס,

איך גלייב נישט אז יענער וועט נאך אמאל שפילן קאגעלעך און מיין געגענווארג.


איך מיין אז די לעצטע ווארט דיינע איז נישט גוט געשריבן, איך ווייס אליינ'ס נישט, נו אידישיסטן קומט אהער דא צודעם טישל.

Re: וויאזוי האט איר פארברענגט די לאנגע תשעה באב?

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 04, 2006 3:24 pm
דורך 3x0
סאכדעס האט געשריבן:
3x0 האט געשריבן:
סאכדעס,

איך גלייב נישט אז יענער וועט נאך אמאל שפילן קאגעלעך און מיין געגענווארג.


איך מיין אז די לעצטע ווארט דיינע איז נישט גוט געשריבן, איך ווייס אליינ'ס נישט, נו אידישיסטן קומט אהער דא צודעם טישל.

איך האב יעצט נאך געקוקט אין א אידישע ספר, ער שרייבט עס טאקע געגענווארט.

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 06, 2006 6:01 am
דורך סאכדעס
יישר כוח טריאו פאר די אינפארמאציע.

Re: וויאזוי האט איר פארברענגט די לאנגע תשעה באב?

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 06, 2006 4:28 pm
דורך קהל'ס נאר
סאכדעס האט געשריבן:
3x0 האט געשריבן:
סאכדעס,

איך גלייב נישט אז יענער וועט נאך אמאל שפילן קאגעלעך און מיין געגענווארג.


איך מיין אז די לעצטע ווארט דיינע איז נישט גוט געשריבן, איך ווייס אליינ'ס נישט, נו אידישיסטן קומט אהער דא צודעם טישל.


די דריט לעצטע ווארט איז אוין נישט גוט אויס געלייגט. קעגנווארט איז די ריכטיגע ווארט.

יענע אידישע באנוצט זיך מסתמא מיט "ווארום" אויך...

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 07, 2006 4:14 pm
דורך סאכדעס
קהל'ס נאר, ווארום זאלסטו דע תגובה שרייבן?

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 09, 2011 5:17 pm
דורך פלארידא
איך ליין קרעטשמע

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 09, 2011 5:22 pm
דורך אלס פארשטייער
פלארידא האט געשריבן:איך ליין קרעטשמע

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 09, 2011 9:24 pm
דורך סמארט
קהל'ס נאר האט געשריבן:איך בין געשלאפן א פולע נאכט היינט נאכמיטאג

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 10, 2011 12:40 am
דורך קרעמער
איז אזוי

ביז חצות זיצט מען דאך נישט, און בכלל פרובירט מען אוועקצושטיין פונעם טעלעפאן און קאמפיוטער פון די שקיעה ערב ת"ב ביז חצות ביום ת"ב

אבער נאך חצות האט מען אביסל געקוקט וואס טוהט זיך אין איי-וועלט

ארום 4 אזייגער האט מען געכאפט א שלאף ביז 6 אזייגער

תהלים ביז מנחה (7:00)

מנחה ביז 8 אזייגער

מעלות פון חודש אב ביז 9:06

אנגעקומען צו ברוך ה' המבורך לעולם ועד (געמאכט א ברכו נאך עלינו)

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 10, 2011 12:45 am
דורך סמארט
קרעמער, אנקומענדיג צו ברוך ה' המבורך, צו וואס האט אויסגעפעלט נאך א ברכו דערנאך?

איז דען דא א ענין דוקא צו הערן "ברכו"?