בלאט 2 פון 2
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 10, 2011 1:07 am
דורך קרעמער
וואס דען?
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 10, 2011 5:24 am
דורך msp
ביי אונז דאווענט מען מנחה פאר די פלג און מעריב נאך דער פלג
אזוי אז מען קען זיין אין דער היים און ליינען קרישמע און זיך וואשען....
רוב נאכמיטאג האב איך געשלאפען
און א ביסעל געבלעטערט אין דעם ספר מדרשי בין המצרים....
וועגען קאגעלעך-טשייכען-שטראלקעס דערמאנט מיר א מעשה אז ביים רוזשינער זי~ע
איז אמאהל געווען א מתנגד אויף ט"ב האט ער געזעהן ווי די חסידים ווארפען באבקעס
האט ער דאס דערציילט צום רבי'ן
זאדט דער רבי אויב השי"ת איז נישט צופרידען וויאזוי די חסידים פראווען דעם קרא עלי מועד
האט ער דאך א ברירה קען ער צוריקנעמען דער מועד....
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 10, 2011 6:29 am
דורך משנה מקום
jnet האט מיך געהאט אויסגעשפארט פין דא ערב תשעה באב האט זיך עס צירוק געפענט האב איך געהאט אסאך אנציאגען
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 10, 2011 8:24 am
דורך צים פינטעל
איך האב קעיר גענומען פון די פיצלעך
אזוי מיין ב"ב זאל קענען פאסטן
דערנאך האב איך געליינט די ארטיקל פון "שמעון בן כיזובא" אין "דער אוצר"
איך האב קיינמאל געוויסט אז יארן נאכן חורבן האבן די אידן צוריקגעשלאגן די רומיים ארויס פון אר"י
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 10, 2011 8:31 am
דורך מי חכם
קיינמאל קיין ויואל משה נישט געלערנט?
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 10, 2011 1:37 pm
דורך סאכדעס
געלאזט די ווייב קעיר נעמען אויף די פיצעלעך, זי טוט א גוטע דזשאב ב"ה
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 10, 2011 3:29 pm
דורך פעדער
צים פינטעל האט געשריבן:איך האב קעיר גענומען פון די פיצלעך
אזוי מיין ב"ב זאל קענען פאסטן
דערנאך האב איך געליינט די ארטיקל פון "שמעון בן כיזובא" אין "דער אוצר"
איך האב קיינמאל געוויסט אז יארן נאכן חורבן האבן די אידן צוריקגעשלאגן די רומיים ארויס פון אר"י
כ'האב "קעיר" גענימען פון מיין ווייב, אזוי אז איך זאל קענען האבן מנוחה. חוץ פון דעם בין איך געווען פארטאהן, און פארנומען, ארויסצושפלינטערן פון מיר, די שטעכערס פון די באבקעלעך, וואס די קליינע רידערער, האבן נישט געשפארט אין מיין ריכטונג.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 11, 2011 7:32 pm
דורך קעיזנאוו רד.
פעדער, האסט נישט געפאקט פאר די האלידעיס????
פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 12, 2011 1:42 am
דורך צייטליך
נאך די קינות אין שוהל האבן מיר באנאזאם געקוקט אין שוהל עטליכע ווידיאו'ס פון די צווייטע וועלט קריג. (לייוו-פאטידזש) איך האב נאך דעם עולם נישט געזעהן אזוי צוטראגן ווי דאן.
פונעם אנקומען אין באנגעלוי האב איך נישט גערועהט קיין מינוט. געלאפן איינקויפן יעדע מינוט נאך עפעס פאר די שמחת "האפשערן" וואס איז פארגעקומען למחרתו.
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 03, 2014 12:35 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
msp האט געשריבן:וועגען קאגעלעך-טשייכען-שטראלקעס דערמאנט מיר א מעשה אז ביים רוזשינער זי~ע
איז אמאהל געווען א מתנגד אויף ט"ב האט ער געזעהן ווי די חסידים ווארפען באבקעס
האט ער דאס דערציילט צום רבי'ן
זאדט דער רבי אויב השי"ת איז נישט צופרידען וויאזוי די חסידים פראווען דעם קרא עלי מועד
האט ער דאך א ברירה קען ער צוריקנעמען דער מועד....
א גוט ווארט!
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 03, 2014 2:41 pm
דורך חסידישער יוד
האב איך מורא אז נישט אלעס וואס איז געשטאנען ביז דא איז אויסגעהאלטן להלכה.
פאריאר האב איך אביסל געשפענדעט די צייט מיט'ן פארצייכענען הרהורים איבער גלות וגאולה.
יה"ר שיתהפך נאך דאס יאר מאבל ליום טוב! בביאת משיח צדקנו במהרה!
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 03, 2014 2:46 pm
דורך פיטום
יא! מען האלט שוין ליידער א יאר דערנאך....
פארגאנגענע יאר האב איך געזעהן עטליכע ווידיאוס און ביי דער זייט איז לפי הוראות הרבנים געלעגן א זייגער וועלכע האט אונז מיטן קלינגען דערמאנט יעדן צוואנציג מינוט אז היינט טרויערט מען אויפן ביהמ"ק, און ב"ה ס'פיין דורך
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 04, 2014 2:39 am
דורך msp
אויך ביי אונז איז דא עטליכע תשעה באב שאו'ס
מיט עטליכע מאווי'ס.....
אכשר דרא?????
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 04, 2014 9:38 am
דורך אַבּערוואַס
msp האט געשריבן:אויך ביי אונז איז דא עטליכע תשעה באב שאו'ס
מיט עטליכע מאווי'ס.....
אכשר דרא?????
אוי וויי! חסידישע אידן זיצן בצוותא און קוקן אפיציעל ווידיאו? מאנכע מיט א היתר פין א דיין כאילו? געוויסע זאגאר אין ביהמ"ד?? שומו שמים ע"ז!! דאס אידאך א גאנץ יאר א פראבלעם! ווי נאך ת"ב! וויי וויי ווי מיר האלטן...!!
זאל אונזער ליבער פאטער שוין רחמנות האבן אויף אונז, און שיקן משיח'ן טאקע נאך היינט, והימים האלו יתהפכו לששון, וועט מען אוודאי פטור ווערן פין די אלע חולאת'ן, בב"א.
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 04, 2014 9:53 am
דורך למעלה משבעים
אַבּערוואַס האט געשריבן:msp האט געשריבן:אויך ביי אונז איז דא עטליכע תשעה באב שאו'ס
מיט עטליכע מאווי'ס.....
אכשר דרא?????
אוי וויי! חסידישע אידן זיצן בצוותא און קוקן אפיציעל ווידיאו? מאנכע מיט א היתר פין א דיין כאילו? געוויסע זאגאר אין ביהמ"ד?? שומו שמים ע"ז!! דאס אידאך א גאנץ יאר א פראבלעם! ווי נאך ת"ב! וויי וויי ווי מיר האלטן...!!
זאל אונזער ליבער פאטער שוין רחמנות האבן אויף אונז, און שיקן משיח'ן טאקע נאך היינט, והימים האלו יתהפכו לששון, וועט מען אוודאי פטור ווערן פין די אלע חולאת'ן, בב"א.
חסידישע אידן? ביהמ"ד?
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 04, 2014 12:44 pm
דורך לכאורה
יא ליידער, את חטאי אני מזכיר אז פאר עטליכע יאר צוריק האט מען ביי אונז אין קאנטרי געקוקט ת"ב ביינאכט א פילם וואס האט אנגעבליך געברויכט שילדערן יוסיפון'ס היסטאריע.
דער היתר איז געווען צוליב א חולה ל"ע וואס האט זיך דא געפונען.
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 04, 2014 4:18 pm
דורך וואטיצעך
קען איינער פליז ארויפלייגן קליפס - ווידיאוס פון די 2'טע וועלט מלחמה
ש'כח
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 04, 2014 4:19 pm
דורך פער בריסטאו
איך האב געלייגט ביי די תשעה באב אשכול
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 04, 2014 5:33 pm
דורך וואטיצעך
ש'כח