Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

ווי אזוי שאצט מען ווילאנג געדוארט א פארגעשריבענע דרשה

דינסטאג ינואר 21, 2014 3:57 pm

יצחק קלאר זאגט אלס פאר, אבער קען זיין ער זאגט עס אריין נאכן אפרעדן, אבער כ'וואלט געוואלט וויסען וואס איז די עוורידזש ווילאנג עס דארף געדוארן א דרשה למשל פון 25,000 קערעקטערס. (25,000 נאר א משל), צו קעמען אזא זאך אפשאצן?

כ'פארשטיי איינער רעדט שטייייייייט און איינע שנעלער, אבער אין עוורידזש.

Advertisement

דינסטאג ינואר 21, 2014 3:59 pm

קלאר זאגט עס נאכן רעדן

דינסטאג ינואר 21, 2014 4:02 pm

כ'טראכט מען קען ארייןזאגן די גאנצע אין א טעיפ, און זעהן ווילאנג עס געדורט, אבער כ'וויל וויסען צו עס איז דא א עוורידזש. אויך אויב מען ווייסט ווילאנג עס דארף נעמען, קען מען וויסען צו מען רעדט נישט צו שנעל אדער צו שטייט.

דינסטאג ינואר 21, 2014 4:27 pm

באקומען פון אונדער טייערע טייבעלע: http://www.speechinminutes.com

ווייסט איינער עפעס פון אייגענע עקספיאיענס?

דינסטאג ינואר 21, 2014 4:30 pm

ווען דו וועסט וויסן די חשבון לאז וויסן דא ווען די דרשה קומט פאר העמער דיר קענען גיין הערן.

יישר כח

דינסטאג ינואר 21, 2014 4:31 pm

שוין געווען די דרשה, ער וויל וויסן אויב עס איז געווען לאנג אדער שנעל

דינסטאג ינואר 21, 2014 4:32 pm

היפאקריט האט געשריבן:שוין געווען די דרשה, ער וויל וויסן אויב עס איז געווען לאנג אדער שנעל

נאופס! נאך נישט געווען! איז נאך נישט 100 פראצינט זיכער עס וועט פארקומען...

דינסטאג ינואר 21, 2014 4:35 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:למשל פון 25,000 קערעקטערס. (25,000 נאר א משל), צו קעמען אזא זאך אפשאצן?

אויב רעכענען, איז עס נישט דורך קערעטערס, נאר דורך סילעבולס.

דינסטאג ינואר 21, 2014 4:36 pm

אסותא האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:למשל פון 25,000 קערעקטערס. (25,000 נאר א משל), צו קעמען אזא זאך אפשאצן?

אויב רעכענען, איז עס נישט דורך קערעטערס, נאר דורך סילעבולס.

אויך אזוי געטראכט.

און פארשטייט זיך אין די גרויסקייט פון די סענטענסעס, ווייל א "פואס" צווישען א סענטענס און א פערעגרעף, איז אנדערש ווי די פואס צווישען א ווארט און די צווייטע.

דינסטאג ינואר 21, 2014 4:51 pm

איר קענט נעמען עטליכע דרשות, כולל שנעלע און לאנגזאמע, און דאדורך מאכן אן עווערעדז

דינסטאג ינואר 21, 2014 4:53 pm

דער פני יהושע האט פון 50 פסוקים אין די תורה געשאצט אז מספר אותיות התורה איז נאר האלב פון ששים רבוא

דינסטאג ינואר 21, 2014 4:54 pm

איך מיין אז דאס איז א זאך אויף וואס עס איז אוממעגליך צו זאגן אן עווריטש. ווענדט זיך אינעם בעל דרשן, ווענדט זיך צו ביי א שבע ברכות אדער ביי שלש סעודות אדער ביי א לוי' ל"ע. ווענדט זיך אין די צוהערערס, ווענדט זיך אין די נושא וואס מען רעדט, און נאך אסאך.
געווענליך איינער וואס האט שוין גע'דרש'נט עטליכע מאל, דארף שוין קענען וויסן בערך ווי לאנג עס וועט אים נעמען די דרשה.

דינסטאג ינואר 21, 2014 5:17 pm

עס איז דא א TTS PROGRAM (טייפ טו ספיטש), קלאפ אריין דער דרשה און קוק ווילאנג עס קומט אויס דער דרשה.

עס זענען פארהאן עטליכע פראגראמס, מיט ווייניגער אדער מער אפציעס, מערערע שטימען, און עטליכע שנעלקייטן.

הא תינח אין די גויאישע שפראכן, אויף אידיש/העברעאיש קען זיין איז אויך דא אזוינע, אבער מיר האבן נאכנישט געזעהן איינע.

דינסטאג ינואר 21, 2014 5:59 pm

חפץ חיים פלעגט זאגן א מענטש רעדט 200 ווערטער א מינוט אין דורכשניט.
200 ווערטער האט 1200 קארעקטערס אין דורכשניט.
25000 קערעקטערס האט לפי זה 4200 ווערטער = 21 מינוט

דינסטאג ינואר 21, 2014 6:03 pm

היפאקריט האט געשריבן:דער פני יהושע האט פון 50 פסוקים אין די תורה געשאצט אז מספר אותיות התורה איז נאר האלב פון ששים רבוא

גענוי אזוי, די אויתיות התורה זענען 304,805

דינסטאג ינואר 21, 2014 9:49 pm

פרעג די פראפעשענאל בעלי דרשנים מגידי שיעור וכדומה

דינסטאג ינואר 21, 2014 10:47 pm

כהאב אויך געטראכט וויאזוי יצחק קלאר ווייסט עס, אבער אין פאקט האב איך קיינמאל נישט געקיקט נאכדעם צי עס שטימט טאקע מיט זיין נאמבער.

מיטוואך ינואר 22, 2014 10:31 am

עקבי הצאן האט געשריבן:פרעג די פראפעשענאל בעלי דרשנים מגידי שיעור וכדומה


נאר דאס נישט ביטע... זיי זאגן אייביג זיי וועלן נישט מאריך זיין, און צום סוף...

מיטוואך ינואר 29, 2014 8:51 pm

באקומען פון איינע פון די טייערע חבירים אין אישי "פון אייגענע עקספיריענס".

בנוגע דיין פראגע:
25,000 קערעקטערס דויערט צו רעדן בערך 33 מינוט.
35,000: 47 מינוט
54,000 קערעקטערס: 1:17

פארשטייט זיך אז מ'קען רעדן מער לאנגזאם אדער שנעלער, אבער בדרך כלל, פאר א געניטער רעדנער וואס ווייסט כמעט 100% פונקטליך וואס ער וויל זאגן און ווען ער מאכט א טעות (אדער וויל כאפן א טרונק) האט ער די מעגליכקייט צו מעקן און שניידן, דויערט עס בערך אזוי לאנג.

דאנערשטאג ינואר 30, 2014 1:06 am

איך האב לעצטענ'ס געהאלפן איינעם צוגרייטן א דרשה וואס האט געדארפט נעמען נישט מער ווי זיבן מינוט, ווען עס האט געהאלטן ביי פיר און א האלב טויזנט קערעקטער'ס האט ער אנגעהויבן ווערן נערוועז אז עס ווערט שוין צו גרויס. א אנדערע דרשה אויך אנגעגרייט פאר א טיים פרעים פון זיבן מינוט האט אנטהאלטן קארגע פינף טויזנט קערעקטער'ס.

פאר מיר - עטליכע מאל וואס איך האב זיך געטיימט - האט גענומען בערך טויזנט קערעקטער'ס א מינוט, אויב עס איז דיר זייער וויכטיג קען איך דאבל טשעקן, איך האב אסאך אפגעשריבענע רעקארדינגס פון מיר און אויך פון אנדערע מענטשן.
שרייב א תגובה

Advertisement