בלאט 1 פון 4

צו וועלכע חסידות געהערט איר?

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 19, 2014 12:55 pm
דורך ארטסקרול
איך וואלט זייער געוואלט וויסן פון וועלכע סעקטע די עולם באשטייט דא, וואס איז די מאיראטעיט? און וועלכע חסידות?

עס איז נאר דא א מעגליכקייט פאר 20 חסידות, אויב האב איך אויסגעלאזט עפעס א וויכטיג חסידות, וועל איך עס צולייגן. איך האב געלייגט נעמען כמיטב ידועתי. ואין מוקדם ומאוחר.

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 19, 2014 1:04 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
ארטסקרול האט געשריבן:איך וואלט זייער געוואלט וויסן פון וועלכע סעקטע די עולם באשטייט דא, וואס איז די מאיראטעיט? און וועלכע חסידות?

עס איז נאר דא א מעגליכקייט פאר 20 חסידות, אויב האב איך אויסגעלאזט עפעס א וויכטיג חסידות, וועל איך עס צולייגן. איך האב געלייגט נעמען כמיטב ידועתי. ואין מוקדם ומאוחר.

אויב רוב ניקס וואוינען אין קרית יואל, דאן האט איר אויטאמאטיש די תשובה צו וועלכע חסידות די מאריאטעט באלאנגט.

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 19, 2014 1:08 pm
דורך וויווידיזיינער
וויזניץ?

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 19, 2014 1:09 pm
דורך א פעלץ
וועלעכע באבוב/סאטמאר/ קלויזענבורג/ספינקא?

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 19, 2014 1:10 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
מ'פרעגט נישט וועלכע.

די זעלבע קנעפל צו שטימען פאר ביידע.

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 19, 2014 1:11 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
וויווידיזיינער האט געשריבן:וויזניץ?

ס'פעלט נאך אסאך... תולדות אהרן, תולדות אברהם יצחק וכו'.

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 19, 2014 1:13 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
וויווידיזיינער האט געשריבן:וויזניץ?


קוק וואס דער פותח האשכול האט געשריבן
ארטסקרול האט געשריבן:עס איז נאר דא א מעגליכקייט פאר 20 חסידות, אויב האב איך אויסגעלאזט עפעס א וויכטיג חסידות, וועל איך עס צולייגן.

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 19, 2014 1:16 pm
דורך א פעלץ
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:מ'פרעגט נישט וועלכע.

די זעלבע קנעפל צו שטימען פאר ביידע.


ס'איז נישט קיין יושר! כ'וועל ריפן אויף דין תורה...

ס'וועט נאך אויסקומען אז סאטמאר האט דא מער פון נייטרא, בשעת ס'איז ביידע סאטמאר! :wink:

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 19, 2014 1:18 pm
דורך AHA
די קומענדיגע אנקעטע זאל זיין ווי פאלגענד:

וואס טוהט איר פאר אייער חסידות?

אין נאכדעם: וואס האט אייער חסידות געטוהן פאר אייך?

נאכדעם: ווען אלס געדענקט איר אז איר זענט א חסיד?

נאכדעם: זענט איר אויך א מתנגד אדער נאר א חסיד?

וואס שעמט איר זיך צו טוהן ווייל איר זענט א חסיד פון די חסידות?

ועוד כמה שגעונות למשוגעת ואידך פירושא זיל גמור

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 19, 2014 1:20 pm
דורך ארטסקרול
אדער זאל זיין די אנקעטע, וואס האט איר געטראכט בשעת איר זענט געווארן א חסיד.

מיר האבן צוגלייגט די דערמאנטע חסידות׳ער.

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 19, 2014 1:21 pm
דורך מחותן
האסט פארגעסן אריינצולייגען מישקאלץ. איך ווייס אז אסאך דא געהערן אהין וג"א בתוכם.

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 19, 2014 1:21 pm
דורך תרנגול
קיינמאל נישט געהערט פון קיין 'ליטווישע' חסידות, אפשר מיט א זוכעניש אין על הצדיקים פארום וועל איך טרעפן עפעס...

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 19, 2014 1:22 pm
דורך יאנקעלע קליגער
AHA האט געשריבן:די קומענדיגע אנקעטע זאל זיין ווי פאלגענד:

וואס טוהט איר פאר אייער חסידות?

אין נאכדעם: וואס האט אייער חסידות געטוהן פאר אייך?

נאכדעם: ווען אלס געדענקט איר אז איר זענט א חסיד?

נאכדעם: זענט איר אויך א מתנגד אדער נאר א חסיד?

וואס שעמט איר זיך צו טוהן ווייל איר זענט א חסיד פון די חסידות?

ועוד כמה שגעונות למשוגעת ואידך פירושא זיל גמור

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 19, 2014 1:23 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
ארטסקרול האט געשריבן:מיר האבן צוגלייגט די דערמאנטע חסידות׳ער.

יעצט דארפן אלע וואס האבן שוין געשטימט נאכאמאל איבערשטימען.

(אויב טוישט מען עפעס ווערן פארלוירן די פריערדיגע שטימען)

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 19, 2014 1:25 pm
דורך מחותן
תרנגול האט געשריבן:קיינמאל נישט געהערט פון קיין 'ליטווישע' חסידות, אפשר מיט א זוכעניש אין על הצדיקים פארום וועל איך טרעפן עפעס...


פון רביצען קנייעווסקי האסטע שוין געהערט?
עס איז שוין א לאנגע צייט וואס די ליטאים האבן איבערגענימען און טיען אלעס פינקט ווי די חסידים. כולל הזכרות/מחלוקות/ברכות וקללות/ועוד שאי אפשר לפרטם כי רבים הם.

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 19, 2014 1:29 pm
דורך ארטסקרול
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:
ארטסקרול האט געשריבן:איך וואלט זייער געוואלט וויסן פון וועלכע סעקטע די עולם באשטייט דא, וואס איז די מאיראטעיט? און וועלכע חסידות?

עס איז נאר דא א מעגליכקייט פאר 20 חסידות, אויב האב איך אויסגעלאזט עפעס א וויכטיג חסידות, וועל איך עס צולייגן. איך האב געלייגט נעמען כמיטב ידועתי. ואין מוקדם ומאוחר.

אויב רוב ניקס וואוינען אין קרית יואל, דאן האט איר אויטאמאטיש די תשובה צו וועלכע חסידות די מאריאטעט באלאנגט.

די אנדערע האלב איז וויליאמסבורג.

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 19, 2014 1:29 pm
דורך ארטסקרול
סתם לצים, די עולם שעמט זיך מיט זייער חסידות.

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 19, 2014 1:31 pm
דורך ארטסקרול
תרנגול האט געשריבן:קיינמאל נישט געהערט פון קיין 'ליטווישע' חסידות, אפשר מיט א זוכעניש אין על הצדיקים פארום וועל איך טרעפן עפעס...

אראפגענומען טאקע.

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 19, 2014 1:32 pm
דורך לכתחילה אריבער
האבעך הנאה אז מיר אלע שטימען נישט!!

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 19, 2014 1:32 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
די קרית יואל'ע האלב איז זיכער אלעס סאטמאר, און אין וומ"ס איז רוב פון די האלב אויך סאטמאר, צוזאמען קומט אויס אז די מערהייט איז סאטמאר געשטימט.

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 19, 2014 1:32 pm
דורך לכתחילה אריבער
לכתחילה אריבער האט געשריבן:האבעך הנאה אז מיר אלע שטימען נישט!!

אופס, שוין אפגעהארגעט!

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 19, 2014 1:33 pm
דורך ארטסקרול
לכתחילה אריבער האט געשריבן:האבעך הנאה אז מיר אלע שטימען נישט!!

פארוואס עפעס הנאה?

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 19, 2014 1:34 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
ארטסקרול האט געשריבן:
תרנגול האט געשריבן:קיינמאל נישט געהערט פון קיין 'ליטווישע' חסידות, אפשר מיט א זוכעניש אין על הצדיקים פארום וועל איך טרעפן עפעס...

אראפגענומען טאקע.

שוין ווידער דארף מען איבערשטימען...

יעדעס מאל דו לייגסט עפעס צי אדער נעמסט עפעס אראפ ווערן פארלוירן די פריערדיגע שטימען.

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 19, 2014 1:34 pm
דורך ארטסקרול
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:די קרית יואל'ע האלב איז זיכער אלעס סאטמאר, און אין וומ"ס איז רוב פון די האלב אויך סאטמאר, צוזאמען קומט אויס אז די מערהייט איז סאטמאר געשטימט.

פארדעם איז דא אן אנקעטע, לאמיר זיך איבערצייגן.

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 19, 2014 1:35 pm
דורך קהת
אפי' נישט קיין שאלה אז מען ווי 85% איז סאטמאר