בלאט 1 פון 2

אלעס ארום חמשה עשר בשבט

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 14, 2014 10:16 pm
דורך מחותן
איך טרעף היינט מיין חבר גיין נאך געלט..מה היום מיומים פארוועם גייסטע היינט נאכגעלט? (ער גייט יעדן טאג נאך געלט, א שמועס פאר זיך)
ער ענפערט גלייך מיט זיין שמייכעל - וואס קאסט עט-ליסט צען דאלער: צי קאווערן ברוך׳ס חמשה עשר סעודה.. דאס איז שוין היינט צוטאגס א ערענסטע עקספענס.

וופיל האט אייך געקאסט דעם חמשה עשר?
וויאזוי פראוועט איר עס? און ווי אזוי האבן אייערע עלטערן זיך געפירט?

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 14, 2014 11:32 pm
דורך מאנ-יימער
מ'גייט אין געשעפט און מ'קויפט פארשידענע פרוכטן וואס ליגט אויסגעלייגט סיי פרישע און סיי טריקענע, פאר נאכטמאל גרייט מען אן דעם טיש מיט אלע פרוכטן ווי אויך די אתרוג קאמפאט, מ'מאכט א ערליכע בורא פרי העץ און מ'הייבט אן עסן לויטן סדר שבעת המינים, מ'דערמאנט איינס צוויי ענינים אויף חמשה עשר און אז מ'זאל אויסבעטן א יאר מיט געבענטשטע פירות (און געבענטשטע פרנסה) און א שיינעם פרי עץ הדר אויף קומענדיגן סוכות, מ'פרעגט אויס די קינדער וואס זייער מלמד/טיטשער האט געזאגט וועגן חמשה עשר, דערנאך בענטשט מען און שוין.
פעלט נישט אויס צו קויפן סתם איבער די מאס א גאנץ פעקל פון יעדע סארט פרוכט וואס ליגט אויסגעלייגט, ס'בלייבט סתם איבער און עטליכע טעג דערויף גייט עס אין מיסט.

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 15, 2014 8:26 am
דורך אליקים געציל
מאנ-יימער האט געשריבן:מ'גייט אין געשעפט און מ'קויפט פארשידענע פרוכטן וואס ליגט אויסגעלייגט סיי פרישע און סיי טריקענע, פאר נאכטמאל גרייט מען אן דעם טיש מיט אלע פרוכטן ווי אויך די אתרוג קאמפאט, מ'מאכט א ערליכע בורא פרי העץ און מ'הייבט אן עסן לויטן סדר שבעת המינים, מ'דערמאנט איינס צוויי ענינים אויף חמשה עשר און אז מ'זאל אויסבעטן א יאר מיט געבענטשטע פירות (און געבענטשטע פרנסה) און א שיינעם פרי עץ הדר אויף קומענדיגן סוכות, מ'פרעגט אויס די קינדער וואס זייער מלמד/טיטשער האט געזאגט וועגן חמשה עשר, דערנאך בענטשט מען און שוין.
פעלט נישט אויס צו קויפן סתם איבער די מאס א גאנץ פעקל פון יעדע סארט פרוכט וואס ליגט אויסגעלייגט, ס'בלייבט סתם איבער און עטליכע טעג דערויף גייט עס אין מיסט.

וויזוי ווייסטו אזוי פונקטליך וויזוי עס גייט צו ביי מיר אינדערהיים?

גוט געזאגט. טו בשבט אין א נוס שאלעכץ!

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 15, 2014 10:31 am
דורך מכטי1
מאן ייאמר קורץ און שארף, זייער גוט געזאגט, און אזוי וועלען מיר אי"ה טוהן...

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 15, 2014 11:46 am
דורך היפאקריט
אליקים געציל האט געשריבן:טו בשבט אין א נוס שאלעכץ!

;l;p-
פיינער ליין

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 15, 2014 12:02 pm
דורך היפאקריט
מאנ-יימער א דאנק. עפעס ניגונים?
אילן
והי' כעץ שתול
אל גנת אגוז

וואס נאך?

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 15, 2014 1:00 pm
דורך שויתי'ניק
היפאקריט האט געשריבן:מאנ-יימער א דאנק. עפעס ניגונים?
אילן
והי' כעץ שתול
אל גנת אגוז

וואס נאך?


מ'דארף דאך האבן וואס צו טון ווילאנג דער טאטע שניידט אלע פרוכט...

ביימעלע (אילן אין אידיש)
?ווער האט נאך געדאנקען?

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 15, 2014 3:23 pm
דורך שהחיינו
כאפנדיג א בליק אויפן "טו בשבט סעקשאן" אין מיין לאקעל גראסערי זעה איך זיי האבן אריינגעברענגט פארשידענע אינטערעסאנטע שהחיינו ( :roll: ) פרוכטן. איז דא עפעס אזא מנהג צו עסן פון די טייערע מאדנע כלאים פירות אום חמשה עשר בשבט?
און בכלל איז דען א מצוה צו עסן ווי מער פרוכטן? מיטן טעגליכן "עפל ע דעי" קען מען נישט יוצא זיין?

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 15, 2014 5:24 pm
דורך שלעפשיץ
איך וויל נישט קיינעם מצער זיין אבער ביינונז איז עס אלעמאל געווען א שיינע יו"ט
א צייט וואס די משפחה זיצט צוזאמען מיט הנאה

גארנישט גייט נישט אין מיסט
מען עסט עס אויף צוביסלעך ב"ה

בילדער וועלן (אפשר בלי נדר) נאכפאלגן

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 15, 2014 5:53 pm
דורך למעלה משבעים
שהחיינו האט געשריבן:כאפנדיג א בליק אויפן "טו בשבט סעקשאן" אין מיין לאקעל גראסערי זעה איך זיי האבן אריינגעברענגט פארשידענע אינטערעסאנטע שהחיינו ( :roll: ) פרוכטן. איז דא עפעס אזא מנהג צו עסן פון די טייערע מאדנע כלאים פירות אום חמשה עשר בשבט?
און בכלל איז דען א מצוה צו עסן ווי מער פרוכטן? מיטן טעגליכן "עפל ע דעי" קען מען נישט יוצא זיין?

viewtopic.php?p=428113#p428113
למעלה משבעים האט געשריבן:שטייט נישט אזא זאך, די מיינסט מן הסתם דאס וואס עס שטייט אין ירושלמי (קדושין מח:) רבי חזקיה ר' כהן בשם רב עתיד אדם ליתן דין וחשבון על כל שראת עינו ולא אכל. ר' לעזר חשש להדא שמועתא ומצמיח ליה פריטין ואכיל בהון מכל מילה חדא בשתא:
דארט אין ירושלמי שטייט גראדע נישט קיין פסוק, אבער אין ילקוט שמעוני (תהלים כב, תרפח) שטייט די פסוק, יאכלו ענוים וישבעו, א"ר חזקיה עתיד אדם ליתן דין וחשבון על כל מה שראתה עינו ולא אכל, ר' אלעזר חשש לה לההיא שמועתא ומצמית ליה פריטין ואכיל בהון מכל מילא חדא בשתא:
די ירושלמי ווערט צוגעברענגט אין הלכה, אין טו"ז סי' רכז, און מג"א סי' רכה.

והטעם הוא כי לזה ברא הקב"ה הפירות לשבח הקב"ה עליהם ולברך עליהם תחילה וסוף, ולכאורה הדין וחשבון הוא שהיה לו הזדמנות לשבח הקב"ה ולא שיבחו.

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 15, 2014 8:57 pm
דורך פאטאקי08
עס ווערט געזוכט א פאום פאר א מתנה פאר א יונגל לכבוד חמשה עשר

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 15, 2014 9:27 pm
דורך להגדיל שמו
פאטאקי08 האט געשריבן:עס ווערט געזוכט א פאום פאר א מתנה פאר א יונגל לכבוד חמשה עשר

איך האב דיך אזוי ליב.
האסט אזוי שיין אויפגערוימט די שטוב.
געב איך דיר א פרוכט.
יעצט גיי שיין אין בעט און שלאף.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 16, 2014 5:25 am
דורך מכטי1
להגדיל שמו האט געשריבן:
פאטאקי08 האט געשריבן:עס ווערט געזוכט א פאום פאר א מתנה פאר א יונגל לכבוד חמשה עשר

איך האב דיך אזוי ליב.
האסט אזוי שיין אויפגערוימט די שטוב.
געב איך דיר א פרוכט.
יעצט גיי שיין אין בעט און שלאף.

להגדיל :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: דו קענסט דאך יא!!!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 16, 2014 11:00 am
דורך היפאקריט
שויתי'ניק האט געשריבן:
היפאקריט האט געשריבן:מאנ-יימער א דאנק. עפעס ניגונים?
אילן
והי' כעץ שתול
אל גנת אגוז

וואס נאך?


מ'דארף דאך האבן וואס צו טון ווילאנג דער טאטע שניידט אלע פרוכט...

ביימעלע (אילן אין אידיש)
?ווער האט נאך געדאנקען?

בשעה שמלך המשיח בא... ענוים ענוים

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 16, 2014 11:14 am
דורך מאנ-יימער
היפאקריט האט געשריבן:
שויתי'ניק האט געשריבן:
היפאקריט האט געשריבן:מאנ-יימער א דאנק. עפעס ניגונים?
אילן
והי' כעץ שתול
אל גנת אגוז

וואס נאך?


מ'דארף דאך האבן וואס צו טון ווילאנג דער טאטע שניידט אלע פרוכט...

ביימעלע (אילן אין אידיש)
?ווער האט נאך געדאנקען?

בשעה שמלך המשיח בא... ענוים ענוים

מיינסט צו זאגן ענבים ענבים...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 16, 2014 12:03 pm
דורך שויתי'ניק
כ'קען נישט דעם ניגון, איינער האט דאס?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 16, 2014 12:07 pm
דורך מאנ-יימער
נעכטן געהערט פון א חבר אז ביי זיי אינדערהיים איז די מנהג אז מ'עסט א פרי דערנאך זינגט מען איין שיר המעלות דערנאך נאך א פרי און נאך א שיר המעלות אא"וו אלע 15 שיר המעלות.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 16, 2014 12:11 pm
דורך היפאקריט
מאנ-יימער האט געשריבן:נעכטן געהערט פון א חבר אז ביי זיי אינדערהיים איז די מנהג אז מ'עסט א פרי דערנאך זינגט מען איין שיר המעלות דערנאך נאך א פרי און נאך א שיר המעלות אא"וו אלע 15 שיר המעלות.


רבי משה טייטלבוים בעל "ישמח משה", הקפיד לברך ביום זה על חמישה עשר מיני פירות, ועל כל פרי ופרי היה נוהג לזמר שיר המעלות, החל ממזמור ק"מ ועד מזמור קל"ד שבתהילים.

http://www.daat.ac.il/daat/kitveyet/mahanaim/tu-2.htm
http://media.wix.com/ugd/593cf0_c49c54a ... f105a3.pdf

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 16, 2014 12:40 pm
דורך והנה און נון
שלעפשיץ האט געשריבן:איך וויל נישט קיינעם מצער זיין אבער ביינונז איז עס אלעמאל געווען א שיינע יו"ט

מוזט נישט ווילן. האסט מיר מצער געווען

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 16, 2014 12:46 pm
דורך מאנ-יימער
שלעפשיץ האט געשריבן:בילדער וועלן (אפשר בלי נדר) נאכפאלגן

מיר ווארטן

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 16, 2014 2:07 pm
דורך שלעפשיץ
מאנ-יימער האט געשריבן:
שלעפשיץ האט געשריבן:בילדער וועלן (אפשר בלי נדר) נאכפאלגן

מיר ווארטן

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 16, 2014 2:09 pm
דורך להגדיל שמו
אמ"ג טאטי דו בוסט שלעפשיץ?!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 16, 2014 2:14 pm
דורך מאנ-יימער
הערליך שיין, איז דאס פון נעכטן?

אינאיינוועגס האמער שוין אויך א בילד פונעם פענסטער

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 16, 2014 2:18 pm
דורך שלעפשיץ
מאנעלע - גייסט כאפ'ן

אגב נישט יענע פענסטער איז עס
די אנדערע זייט הויז ;l;p-

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 03, 2015 5:27 pm
דורך נישט אלעס איז אמת
מעניני דיומא