גריסן און שמועסן
זונטאג ינואר 12, 2014 3:27 pm
איך האב נעכטען פראבירט מסדר צו זיין מיינע געדאנקען און טראכטען: פארוואס גייט מיר אין לעבן אז מען זאל כאפען די מערדער?
אלץ נקמה? אלץ עונש? די גאסען זאלן זיין זיכערער? עס קימט אים? צי בארואיגען די משפחה? צו ווייזען אז וומסב"ג איז נישט קיין שטח הפקר? פאר נייגעריקייט ווער עס האט עס געטיען? צו ראטווען זיין שותף?
דאנט גיט מי ראנג, אלע אויבערשטע תירוצים זענענן אמת, אבער פארט.. וואס איז די עיקר סיבה עס גייט מיר אין לעבן צי כאפען די מערעדער? וואס גייט געשען נאכדעם.. מנחם ע"ה איז מער נישט דא.. צירוק ברענגן קען מען אים נישט.
וואס איז די עיקר סיבה פארוואס איך וועל אים זען באקימען אכט מאל טויט שטראף?
Advertisement
זונטאג ינואר 12, 2014 3:34 pm
די שווערע געפילען פינעם מענטש איבער'ן שוידערליכער געשעהניש בארואיגט זיך ווען מען זעהט דעם שולדיגער אויפען באשולדיגונג באנק
פרעג נאר דיינע זיידעס און באבעס וואס לעבן נאך וואס זיי האבען יעצט פון טרעפן נאצי'ס און ברענגן צום געריכט בזמן וואס עס איז שוין כמעט נישטא קיין איבערלעבער ווער ס'זאל זעהן די זיסע נקמה
(טוה דיר אהן בלעכענע בגדים ביפאר די פרעגסט אזא פראגע)
זונטאג ינואר 12, 2014 3:37 pm
צו בארואיגען די באטראפענע אין אויך די אלע אנדערע אידען וואס זענען אין די ריעל עסטעיט ביזנעס.
אין עס זאל זיין א ווארענענוג פאר אנדערע זיך נישט אריינצולייגען אין אזעלכע אקטיוויטעטן
זונטאג ינואר 12, 2014 3:37 pm
ווילסט וויסען פארוואס דו ווילסט מען זאל אים כאפען, אדער קענסט באשטיין צי הערען פארוואס איך וויל מען זאל אים כאפען?!
איך וויל מען זאל אים כאפען, צי האבען א נקמה אין דעם רשע, און מיין געוויסען זאל זיך באריגען אז מען האט אים געגעבן וואס עס קימט זיך למען ישמעו ויראהו.
זונטאג ינואר 12, 2014 3:38 pm
איך וואט אלל די אבאוו.
זונטאג ינואר 12, 2014 3:40 pm
AHA האט געשריבן:צו בארואיגען די באטראפענע אין אויך די אלע אנדערע אידען וואס זענען אין די ריעל עסטעיט ביזנעס.
אין עס זאל זיין א ווארענענוג פאר אנדערע זיך נישט אריינצולייגען אין אזעלכע אקטיוויטעטן
וועלכע אקטיוויטעטן?
זונטאג ינואר 12, 2014 3:43 pm
שנאפס האט געשריבן:AHA האט געשריבן:צו בארואיגען די באטראפענע אין אויך די אלע אנדערע אידען וואס זענען אין די ריעל עסטעיט ביזנעס.
אין עס זאל זיין א ווארענענוג פאר אנדערע זיך נישט אריינצולייגען אין אזעלכע אקטיוויטעטן
וועלכע אקטיוויטעטן?
פון הרגענען א צוויטען אדער הייערן א צווייטען זאל עס טוהן
זונטאג ינואר 12, 2014 3:43 pm
די משנה זאגט אין אבות, הוי מתפלל בשלומה של מלכות, שאלמלא מוראה, איש את רעהו חיים בלעו. דאס מיינט אז די וועג וויאזוי הקב"ה האט איינגעשטעלט די וועלט אז מ'זאל קענען ניצול ווערן פון בעלי בחירה, איז דורך דעם וואס די בעלי בחירה וועלן מורא האבן אז די רעגירונג וועט זיי ברענגען צו גערעכטיגקייט און באשטראפן, און צוליב דעם איז א געוואלדיגע דערגרייכונג אויב די מערדער וועלן געכאפט ווערן כדי ס'זאל נישט ווערן א מציאות אז מ'קען טון פארברעכנס אן קיין מורא, די "מוראה" מוז בלייבן כדי עס זאל נישט זיין איש את רעהו חיים בלעו.
זונטאג ינואר 12, 2014 3:51 pm
פישל האט געשריבן:די משנה זאגט אין אבות, הוי מתפלל בשלומה של מלכות, שאלמלא מוראה, איש את רעהו חיים בלעו. דאס מיינט אז די וועג וויאזוי הקב"ה האט איינגעשטעלט די וועלט אז מ'זאל קענען ניצול ווערן פון בעלי בחירה, איז דורך דעם וואס די בעלי בחירה וועלן מורא האבן אז די רעגירונג וועט זיי ברענגען צו גערעכטיגקייט און באשטראפן, און צוליב דעם איז א געוואלדיגע דערגרייכונג אויב די מערדער וועלן געכאפט ווערן כדי ס'זאל נישט ווערן א מציאות אז מ'קען טון פארברעכנס אן קיין מורא, די "מוראה" מוז בלייבן כדי עס זאל נישט זיין איש את רעהו חיים בלעו.
נישט גענוג. ווייל דאס וואלט אויך שייך געווען ווען דו הערסט פון די רציחה פון א איטאליענעם גוי דורך די חברה. והמציאות מכחישו.
כלפי די שאלה פון פותח, מוז איך זאגן אז ס'זייער א גוטע קשיא...אלעס איז דאך אמת אבער וואס מאכט
מיר עס וועלן? ווייסעך נישט.
איך האב אבער נאך א קשיא. וואס וועל איך האבן פון וויסן דעם תירוץ?
זונטאג ינואר 12, 2014 4:03 pm
דאס אז ס'זאל קענען אפגעטוען ווערן מעשי רשע ורציחה אומבאשטראפט שוואכט אפ ביי מענטשן דעם התחייבות און הרגשה פון יושר און צדק, ביי אונז יודען זעמיר געוואוינט דערצו אז יראי חטא ימאסו מ'ווייס מיר אז דא איז א עולם השקר, אבער אעפי"כ מיט יעדע עולה וואס גייט דורך אומבאשטראפט ווערן נאך און נאך שוואכער און ס'ווערט שווערער זיך צו האלטן צום אמת.
וכל שכן פאר די גויאישע וועלט וואס יעדער גוי וויל אונז זעהן הענגן אויף א תליה - בהא סלקינן ובהא נחתינן - זייער איינציגסטע מורא איז מוראה של מלכות ואביזרייהו, אדער כבוד ושררה וכו', אז ס'גייט דורך אזא שוידערליכע זאך אומבאשטראפט, וועט דאס פועל זיין אז די נאך א דאזען גוים וואס האבן עפעס א סכסוך מיט יודען זאלן מער טראכטן אז אפשר איז דאס א מעגליכקייט היל"ת ה"י.
מענין לענין וואס כ'האב אמאהל געהערט פון ר' אביגדור ז"ל (הרב קעניגזאהן איז מכובד צוצוצייכענען און אויסברייטערן) ווי ער איז מסביר די גרויסע חסד ה' מיטן גיהנום, אז ס'וואלט פאר די צדיקים אויף יענע וועלט נאכן גרויסן שכר נאכאלץ געגעבן א ציפ, אז די רשעים האבן פארט געמאכט א לעבן אויף די וועלט, בעת וואס זיי האבן צוזאמגעליטן על כבוד שמו יתברך, פארדעם וועט דער באשעפער טראגן די צדיקים ווייזן די עונש הרשעים אין גיהנום, און די צדיקים וועלן קוועלן און פילן דעם ריכטיגן צופרידנהייט און סיפוק אז ס'האט זיך געלוינט צו זיין פון די עבדי ה'.
זונטאג ינואר 12, 2014 4:26 pm
עס איז א מין געפיל אז "עס מעג זיך אים נישט האבן געלוינט!"
עס בארואיגט די שרעק אין א געוויסע זין
זונטאג ינואר 12, 2014 4:35 pm
איין זאך פארוואס איך וויל זייער שטארק איז פשוט פארן שותף צורוק צו האבן זיין מנוחה.
זונטאג ינואר 12, 2014 4:57 pm
לכתחילה אריבער האט געשריבן:איין זאך פארוואס איך וויל זייער שטארק איז פשוט פארן שותף צורוק צו האבן זיין מנוחה.
דער שותף ציטערט פאר'ן דורכגיין די גאנצע פראצעדור פון פארשען בשל מי הרעה, כ'גלייב אז ער גייט פאריבער שווערע נעכט
ביטע אינזין האבען עס זאל אלעס דורכגיין בשלום ושלוה
לעצט פאראכטן דורך
פארצייטישער יוד אום זונטאג ינואר 12, 2014 10:37 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל בסך הכל.
זונטאג ינואר 12, 2014 5:14 pm
לכתחילה אריבער האט געשריבן:איין זאך פארוואס איך וויל זייער שטארק איז פשוט פארן שותף צורוק צו האבן זיין מנוחה.
התינח אז מען כאפט דעם משלח, אך און וויי אויב מען כאפט נאר די שליח אבער נישט די משלח.. וואלט שוין בעסער געווען איינציזיצען און קיינעם נישט כאפען..
זונטאג ינואר 12, 2014 5:17 pm
מחותן האט געשריבן:לכתחילה אריבער האט געשריבן:איין זאך פארוואס איך וויל זייער שטארק איז פשוט פארן שותף צורוק צו האבן זיין מנוחה.
התינח אז מען כאפט דעם משלח, אך און וויי אויב מען כאפט נאר די שליח אבער נישט די משלח.. וואלט שוין בעסער געווען איינציזיצען און קיינעם נישט כאפען..
פארשטייט זיך דאס מיינט מען.
זונטאג ינואר 12, 2014 5:28 pm
פאר די אלע וואס ווילן אים כאפן איז דא שלעכטע נייעס, א ארגענעזירטע מערדעריי אפילו מען כאפט דער וואס האט געצויגן דעים צינגעל, דער איז נאר דער קאלטבליטיגער ביקס, ער איז נישט דער וואס האט פיינט געהאט מנחם ע"ה ביז בליט, דער איז פשוט א געצייג וואס פארדינט עטליכע טויעזענטערס ימ"ש, לי יצייר אז מען כאפט אים, ווער ווייסט צי זיי ווייסען בכלל ווער די עכטע מערדערס זענען ווער ווייסט צי עס איז בכלל שייך זיי צי כאפן, זיי זענען לכאורה אן די פינגער אפדריקן, דאס רייסט מיר אוועק מיין מנוחה, איך האלט נישט אויס אז דו עכטע רשעים וועלן נישט באצאלן קיין פרייז פאר זייער רשעות און רצוחה
אויך אפילו מען כאפט די מערדער'ס במהרה, ווער ווייסט אויב זיי וועלן קריגען מער ווי לייפ אן פעראל, דאס איז שמאכטן און א קארצער פאר פינף און צוואנציג יאר, קיין טויט שטארף איז נישטא, מיר ברויכן אז דער בורא עולם זאל זיך אריין מישן און מקיים זיין דעים פסוק, נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך, עס וועט זיין גאנץ א קנאפער טרייסט אז דער מערדער וועט לעיבן א רעלעטיוו גיט לעיבן און א תפיסה ווי ער וועט סארווירט ווערן דריי סעודות א טאג, און זיין פארדארבענע משפחה וועט קימען באזיכן יעדע יומא דפקרי, בשעת מיר קענען מער נישט זעין אינזער באליבטן מנחם.
זונטאג ינואר 12, 2014 5:37 pm
מיין מיינונג איז אויך אזוי ווי אסאך האבן שוין דערמאנט.
ווען מען הערט אז מען האט געברענגט דעם מערדער צו גערעכטיגקייט גיט דאס א שטיקעלע בארוהיגונג "עס איז פארט נישט קיין הפקר וועלט". אין אנדערע ווערטער, אזויפיל שפירן מיר זיך בארוהיגט אז מערדער וועלן טראכטן פינף הונדערט מאל פארן אויספירן אזא זאך, וואס אויטאמאטיש גיט דאס א געוויסע בארוהיגונגס געפיל.
אבער צו איז דאס ריכטיג? דאכט זיך מיר אז פאר אונז אידן מאמינים מאכט דאס נישט קיין חילוק.
-----------------
פרישער האקט,
איך האב טאקע אינזין געהאט אויך די נקודה, לאמיר זאגן אז דו וועסט זעהן מארגן וויאזוי מען ציהט ארויף דעם מערדער אויף די תליה אין צענטער פון שטאט, וואס איז שוין דעמאלטס? דעמאלטס וועט שוין ר' מנחם הי"ד צוריקקומען? פארוואס וועט דאס דיר בארוהיגן?
נאר וואס דען? מיר ווילן אז זיי זאלן באקומען זייער ערליך פארדינטע שטראף. עס איז זיכער אז זיי וועלן דאס באקומען פון דעם ק-ל נקמות, אפשר נישט ווען מיר וועלן זעהן, אבער זיי וועלן דאס זיכער באקומען paid in full, נו פארוואס זאלן מיר זיין פארנומען אז "מען דארף די מערדער ברענגען צו גערעכטיגקייט!", עס איז דא ווער עס זארגט דערפאר, עס איז דא איינער וואס ברענגט צו גערעכטיגקייט יעדן איינציגן באשעפעניש אויף די וועלט, און מיר דארפן נאר טון וואס מיר זענען פארפליכטעט. וה' ירחם על עמו ולא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו
זונטאג ינואר 12, 2014 5:44 pm
איך האב נישט געהאט קיין צייט צו לייענען אלע תגובות. אבער איך וויל זאגן פארוואס איך וויל...
1. נקמה (צו מ'מעג אדער נישט איז אירעלעווענט)
2. למען ידעו
3. ואחרון הכביד, די פאקט אז אזויפיל אידן נעבעך דרייען זיך ארום דערשראקן נישט וויסנדיג ווער עס איז נעקסט פאר פשוטע סיבות, ווייל אידן וואס זענען אין דעם ליין פון ביזנעס האבן מורא און ווילן וויסן צו ח"ו ציהלט איינער אויף זיי אויך..
זונטאג ינואר 12, 2014 5:49 pm
זאלץוואסער האט געשריבן:איך האב נישט געהאט קיין צייט צו לייענען אלע תגובות. אבער איך וויל זאגן פארוואס איך וויל...
1. נקמה (צו מ'מעג אדער נישט איז אירעלעווענט) קל נקמות ה' - מעגסט זיין זיכער אז ער וועט נעמען אין זיי א בלוטיגע נקמה, אפילו דו וועסט אפשר נישט הערן דערוועגן (איך רעד נישט יעצט צו מען מעג צו נישט, וואס אגב, ממילא אז "מיר" זאלן נקמה נעמען פארשטיי איך זאל זיין א שאלה צו מען מעג, אבער אז מיר זאלן וועלן זעהן א נקמה אין זיי, זיכער מעג מען, קיין אידן זענען זיי דאך נישט)
2. למען ידעו ווי איך און נאך אסאך אנדערע האבן געשריבן
3. ואחרון הכביד, די פאקט אז אזויפיל אידן נעבעך דרייען זיך ארום דערשראקן נישט וויסנדיג ווער עס איז נעקסט פאר פשוטע סיבות, ווייל אידן וואס זענען אין דעם ליין פון ביזנעס האבן מורא און ווילן וויסן צו ח"ו ציהלט איינער אויף זיי אויך.. דאס איז זייער א שטארקע נקודה וואס דאכט זיך מיר אז קיינער האט עס נאכנישט אויפגעברענגט, ווי איך פארשטיי מיינסטו צו זאגן אז ווען מען וועט זיי כאפן וועט מען שוין אינאיינוועגס כאפן נאך אסאך אנדערע, און פון צווישן אלע וועט מען קענען געוואר ווערן אסאך אינפארמאציע וואס קען מעגליך ראטעווען אסאך אנדערע אידישע לעבנס וואס זענען אפשר אויף די שווארצע ליסט ביי זיי.
זונטאג ינואר 12, 2014 5:50 pm
גוט ארויסגעברענגט:
אבער אביסל שטערקער נאך פון דעם: אפילו אויב עס איז (הלואי איז טאקע אזוי) קיינעם נישט ח"ו דא קיין פראבלעמען, און זיי זוכן נישט קיינעם. (האפנטליך) איז אבער קלאר אז די אידן וואס זענען אין די זעלבע ביזנעס שלאפן נישט רואיג ביינאכט, נישט וויסנדיג וואס דא גייט פאר...
זונטאג ינואר 12, 2014 6:44 pm
בעסיקלי איז די שאלה פינעם אשכול א כלליות'דיגער, וואס איז די זיסע טעם פון נקמה??
ערגעץ בספרי רבי נחמן ווערט מוזכר א הערליכער ביאור דערויף איך האב'ס יעצט נישט לידי ווער עס ווייסט איבער דעים זאל'ס ביטע ברענגען
ואס ער האט שוין דעמאלטס בימיו מסביר געווען וואס פילע ווילען דא פארשטיין.
זונטאג ינואר 12, 2014 7:34 pm
אלע טעמים און סיבות וואס מען האט דא אויסגערעכנט איז אין מיין מיינד.
ווי זאלצי האט שוין געשריבן, צי ס'איז אויסגעהאלטן אדער נישט...
זונטאג ינואר 12, 2014 8:06 pm
ווי זאגט דער הייליגער חאצאצקער רבי אויף זיין לעצטערע אונטערוויו אויף קול מבשר, איבער דעם איבערפאל אויף עהם אין זיינע בחורישע יאהרען.
כהאי לישנא: כ'האב נישט קיין שום ספק אז ביז אינדערפרי האבן זיי שוין געהאטא מיתה משונה, זיי האבן אפילו נישט איבערגעלעבט די נאכט. עכלה"ק
לענינינו, דער באשעפער פירט דאך זיין וועלט און דאס איז דאך ברור על דאטפת אטפוך דער רוצח וועט באצאלט ווערן זיינס אין די פונקטליכע מינוט וואס דער בורא ומנהיג זעהט לטובותינו, און ביזדערווייל מיין געפיהל פון נקמה וועל איך מיך טרייסטן מיט אויבערדערמאנטע הייליגע דיבורים.
און למעשה מיר בארואיגט דער דמיונ'דיגער נקמה, כמעט ווי ס'וואלט פארגעקומען בפועל, ווייל בפועל גייט עס סייווי נישט זיין ווי כ'וויל עכט, (לוי אראן יוכיח).
זונטאג ינואר 12, 2014 8:31 pm
שטעל ענק פאר מען זאל זיי נשט זיכן (איך האף,מען זיכט)
וואסערע פראטעסטען וואלטען דא פארגעקומען.
זונטאג ינואר 12, 2014 11:04 pm
ווייל די נאנ-סענס תגובות וועט זיך אפשר ענדיגן.
(צי ס'איז אויסגעהאלטן צי נישט)